Paragraph
Paragraph rh-000ck449
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qwn5ptks
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- סיי אין יום ראשון פון ראש-השנה, סיי אין דעם שיעור חומש פון יום שלישי שוכפל בו כי טוב, דער יום שני של ראש-השנה שטייט אין ביידע דער זעלבער אויסדרוק לא יהפך ולא הזבקה. וואס דאס האט אויך א קשר, כמוזכר לעיל, מיט דעם מנהג וואס נשיא דורנו האט איינגעפירט און נתפשט געווארן, אנהויבן דעם, נאך פאר דעם מאמר, כמוזכר אין די יום שני של ראש-השנה, אז מ'זאל אנהויבן מיט ניגונים פון כל הנשיאים, אנהויבנדיק פון בעל שם טוב, און דערנאך דעם מגיד, און דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי, און דער צמח צדק, און דער רבי מהרש, און דער רבי נשמתו עדן, און נשיא דורנו דער רבי דער שווער, דאס ווערט דער סיוע, ביז א סיוע פארבונדן מיט שמחה, ווארום יעדער ניגון איז דאך פארבונדן מיט אן ענין של שמחה, אף על פי וואס ס'איז דא ניגונים וואס ס'איז בגילוי ברדה, אבער בכולם, ובפרט נאך אין די ניגונים איז דאך אויך דא כמה ניגונים, וואס דארט איז גאר די שמחה אויך בגלוי, און דאס ווערט די התחלה אויפן מאמר וכל הענינים שלאחרי זה און כל השנה כולה. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מיט לא ירפך ולא הזבקה דער איינפאכער אפטייטש פון לא ירפך איז אז ער וועט דיר ניט אפלאזן, אף על פי וואס דערנאך שטייט דאס באזונדער לא הזבקה ווי ער טייטשט דאס אפ אין תרגום, אז ביידע ענינים איז דאך דאס אז מ'וועט דאס ניט אפלאזן. דאס הייסט אין אן אנדער
- proofread
- 0