English
ספרייה

אגרות נוספים - לה''ק 5719

5719-03-15 - Vayishlach 5772

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

ב"ה, ט"ו כסלו תשי"ט

ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה' פנחס שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' כסלו.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אינהאַלט פון אייער שרייבען,

און וויבאַלד איר שרייבט אַז איר געדיינקט דעם מאמר חסידות וואָס איר האָט געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר און בפרט אַ מאמר חסידות וועלכער איז געזאָגט געוואָרען אויף דער חתונה פון זיין מוזינקע הרבנית שיינא ע"ה, וואָס אין אַ צייט פון חתונה איז דאָך רוממות הנפש והשמחה בריינגט צו ספּעציעלע גילוים, איז דאָס דאָך אַ צנור וכלי אויף ממשיך זיין התעוררות רחמים רבים, ווען מען דערמאָנט דעם אויף דעם ציון הק' פון שווער כ"ק אדמו"ר, אַז עס זאָל אַראָפּקומען בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף פון דער השתתפות אין די שיעורים וועלכע ווערען געלערנט ברבים, און איך האָף און וויל זיין זיכער אַז איר האָט אַ קביעות אייניגע מאָל אין וואָך, בלימוד תורת החסידות, ובפרט לויט אייער שרייבען, אַז אייער זיידע איז געווען אַ שטענדיגער פאָרער, און מן הסתם טיילווייז אויך אַ פוס גייער, צו כ"ק אדמו"ר מוהר"ש און אויך צו זיין [זון] כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב — זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און אַזוי אויך אייער פאָטער און אַנדערע מיטגלידער פון משפחה, האָף איך אַז איר ווייסט אויך פון די דריי שיעורים פון חומש תהלים ותניא, און היט זיי אָפּ, וואָס מיר האָבען געהערט מערערע מאָל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אַז זיי זיינען גלייך פאַר אַלעמען און זיינען אַ סגולה צו פילע ענינים.

און עס וואָלט געווען אַ גלייכע זאַך, אַז איר זאָלט וויסען אויף אויסווייניק, עטליכע פרקים משניות און לפחות איין פרק תניא און השם יתברך זאָל אייך געבען אריכות ימים ושנים טובות אויך ווי דרשת רז"ל אָנגעפילט מיט לימוד התורה וקיום המצות, וואָס דאָס איז דער אמת'ר טוב.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

אוצרות הרבי

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-y33p1ez8

עותקים

פעילות אחרונה

#243 Otzros letters 5719: the re-read text of 12 letters (follow-up to #241) · פתוחה
#241 Otzros letters 5719 (test year): the text of 211 letters · אושרה
#240 Otzros letters 5719 (test year): the text of 211 letters · נסגרה

מקורות

  • drive-file1JuT_tOzby8Zwpvk-qQAYOl…