אגרות נוספים - לה''ק 5719
5719-09-12 - Bamidbor 5773
ב"ה, י"ב סיון, סיום תשלומין דחג השבועות
צו די אָנטיילנעמער אין חג הסיום
בישיבת תומכי תמימים ליובאַוויטש
אַ סיום פייערונג באַ אידן איז שטענדיק פאַרבונדן מיט אַ התחלה (אָנפאַנג) און המשך (פאָרזעצונג), וואָרום די תורה איז דאָך אין סוף (אָן אַ ברעג). דער אינערלעכער צוועק פון אַ סיום איז, אַז די שמחה פון הצלחה אין לערנען וואָס באַרעכטיקט דעם סיום זאָל דינען אַלס דערוועקונג צום המשך, כדי מען זאָל לערנען ווייטער נאָך מיט מער התמדה, מיט מער צוגעבונדנקייט און איבערגעבענהייט — במילא מיט מער הצלחה.
דער חג הסיום קומט פאָר אין דעם חודש השלישי, אין דעם חודש פון מתן-תורה.
די תורה פאַראיינציקט אין זיך פון איין זייט די טיפסטע ענינים וועגן ג-טלעכקייט און פון דער אַנדער זייט די איינפאַכסטע ענינים פון טאָג-טעגלעכן לעבן. דאָס איז אויך אונטערשטראָכן אין די עשרת הדברות וועלכע הויבן זיך אָן מיט אנוכי ה' אלקיך (אחדות הבורא וכו') און לאָזן זיך אויס מיט לא תרצח וכו', דאָס הייסט פון די העכסטע גייסטיקע ענינים ביז די נידעריקסטע מדריגה וואָס גרענעצט זיך מיט אַ בעל-חי. וואָרום די גאַנצע כוונה פון די טיפסטע שכל'דיקע ענינים איז צו לייטערן און גייסטיק מאַכן די מעשים בפועל, אין אַלע פרטים פון טאָג-טעגלעכן לעבן, און ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה האָבן גע'פּסק'נט: לא המדרש עיקר אלא המעשה, און גדול תלמוד שמביא לידי מעשה.
תלמידים פון די ליובאַוויטשער ישיבות, בפרט תלמידים מסיימים, דאַרפן פאַרקערפּערן אין זיך די דאָזיקע פאַראיינציקונג אויף אַ גאָר אייגנאַרטיקן אופן — די פאַראיינציקונג פון נגלה און חסידות (פנימיות התורה), וואָס יעדערע פון זיי האָט אויך די צוויי נקודות, במילא דאַרף זייער הנהגה זיך אויסצייכנען אויף אַ גאָר באַזונדערן אופן, בהידור מצוה, מיט וואַרימקייט און לעבעדיקייט, אַז עס זאָל זיך אָפּרופן אויך באַ אַנדערע און אין דעם גאַנצן אַרום.
השם יתברך זאָל מצליח זיין אַלע תלמידים, און די מסיימים בפרט, ווי אויך די הנהלה און אַלע פריינט פון דער ישיבה, צו זען פירות און פירי פירות, אין פיל נחת און פרייד, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכת הצלחה בלימוד תורתנו הקדושה ביראת שמים.
אוצרות הרבי