עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Sisa 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

232תשא ג

א. אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט, אַז משה רבינו האָט געבעטן ביים אויבערשטן „הראני נא את כבודך"א, און דער אויבערשטער האָט אים געענטפערט „לא תוכל לראות את פני גו' וראית את אחורי ופני לא יראו"ב.

שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער: „וראית את אחורי" און איז מפרש: „הראהו קשר של תפילין"ג.

ענינו של פירוש רש"י על התורה איז צו מפרש זיין פשוטו של מקראד. דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ שווער אין פשוטו של מקרא, וואָס צוליב דעם מוז רש"י מפרש זיין אַז „אחורי" מיינט „קשר של תפילין"ה?

מען קען ניט ענטפערן אַז ביי רש"י'ן איז שווער — ווי פּאַסט צו זאָגן דעם תואר „אחורי" ביים אויבערשטן (וויבאַלד דער אויבערשטער איז מופשט פון יעדן ציור)? — ווייל אין דער תורה ווערן מערערע מאָל דערמאָנט תוארים (און אפי' גשמיים) כלפי דעם אויבערשטן, און מען געפינט ניט אַז רש"י זאָל זיך אָפּשטעלן אויף זיי און מסביר זייןו, אַז (היות ס'איז ניט שייך צו נוצן אַזעלכע תוארים כלפי מעלה, דערפאַר איז דאָ דער פירוש ניט כפשוטו, נאָר) דער פירוש איז כך וכך;

און ווי מען זעט אין דעם ענין גופא: פריער שטייט „לא תוכל לראות את פני", און רש"י שטעלט זיך ניט אָפּ צו מסביר זיין דעם פירוש פון „פנים" למעלה; מוז מען זאָגן, אַז דאָס איז ניט אַן ענין וואָס רש"י שטעלט זיך אָפּ אויף דעם בפירושו על התורה — היינט פאַרוואָס מוז רש"י אָפּטייטשן וואָס איז „אחורי"?

די שאלה איז נאָך שטאַרקער: אויב דאָס איז קשה ביי רש"י'ן אין פסוק (ווי פּאַסט „אחורי" כלפי מעלה) — איז אין וואָס באַשטייט דער ענטפער „הראהו קשר של תפילין"? „קשר של תפילין" איז אויך אַ דבר גשמי וואָס ווערט גענוצט ווי אַ משלז אויף „אחורי" פון כבודו ית' (כמבואר במפרשיםח) — היינט וואָס „פאַרדינט מען" פון מסביר זין דעם בן חמש, אַז „אחורי" איז ניט כפשוטו (ווייל ביים אויבערשטן איז ניט שייך קיין תואר גשמי), נאָר דאָס מיינט „קשר של תפילין"?!

ואדרבה: אויב מען דאַרף געפינען אַ „משל" פאַרן בן חמש אויף „אחורי" פון כבודו ית' — איז דער משל פון „פנים" און „אחור" ביי אַן אדם למטה [זיין פנים איז דער אָרט וואו מ'זעט בגילוי מעלת האדם — זיינע חושים: ראי' שמיעה וכו', משא"כ אחורי האדם, וואו מ'זעט ניט בגילוי מעלת האדם און — אַז דאָס233געהערט בכלל צו אַן אדם] אַ סך גרינגער צו פאַרשטיין ווי דער משל פון „קשר של תפילין"ט. — און בפרט אַז דאָס זיינען די זעלבע תוארים (ווערטער) אין משל און אין נמשל.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין לשון רש"י: פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „וראית", און אַזוי זאָגט ער אויך אין זיין פירוש „הראהו קשר כו'"? — רש"י איז דאָך מחדש נאָר בנוגע דעם וואָרט „אחורי; האָט ער געדאַרפט שרייבן בקיצור: „אחורי, קשר של תפילין"!

ב. דער ביאור אין דעם: איידער דער אויבערשטער האָט געענטפערט משה'ן (אויף זיין בקשה „הראני נא את כבודך") „לא תוכל לראות את פני גו'", שטייט אין פסוקי: „ויאמר אני אעביר כל טובי על פניך וקראתי בשם ה' לפניך וחנותי גו'", און ערשט דערנאָך איז געקומען נאָך אַן אמירה „לא תוכל לראות גו'".

וואָס פאַר אַ שייכות האָט די ערשטע אמירה צו בקשת משה „הראני נא את כבודך"? איז רש"י מפרש: „הגיעה שעה שתראה בכבודי מה שארשה אותך לראות לפי שאני רוצה וצריך ללמדך סדר תפלה . . אני אעביר כל מדת טובי לפניך על הצור . . וקראתי בשם ה' לפניך ללמדך סדר בקשת רחמים . . וכסדר זה שאתה רואה אותי מעוטףיא וקורא י"ג מדות הוי מלמד את ישראל לעשות כן"; און בהמשך לזה איז געווען די צווייטע אמירה „ויאמר לא תוכל לראות וגו'" — „אףיב כשאעביר כל טובי על פניך איני נותן לך רשות לראות את פני".

קומט אויס אַז „וראית את אחורי" איז ניט קיין באַזונדער זאַך, נאָר אַ המשך הענין פון „אעביר כל מדת טובי כו'" — אַז די ראי' וואָס משה וועט זען דעם אויבערשטן „מעוטף וקורא" וועט זיך אויסדריקן אין אַן אופן פון און פאָרטגעזעצט ווערן מיט „וראית את אחורי".

ג. עפ"ז איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס מיינט דער פסוק מיט „וראית את אחורי": וויבאַלד דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו משה'ן (ווי אַ שליח צבור וואָס איז) „מעוטף" בטליתיג, און ראיית משה איז געווען (נאָך דעם „עברי"יד, ובמילא) בלויז מ"אחורי" — איז וואָס פאַר אַן ענין פון „תראה בכבודי" (עכ"פ אין אַן אופן פון „וראית את אחורי") איז דאָ געווען? ווען מ'איז „מעוטף" אין אַ טלית און מען קוקט אויף אים מאחוריו, פאַרשטעלט דאָך דער טלית אויף המתעטף בה.

[ווען אַ טלית וואָלט געדאַרפט געמאַכט ווערן פון ספּעציעלע טייערע זאַכן — ווי די בגדי כהונה וועלכע זיינען „לכבוד ולתפארת"טו — וואָלט מען (אפשר) געקענט זאָגן, אַז ראיית כבודו ווי ער איז מעוטף בטלית איז אַ234ראי' אין כבודו ית' (היות דער טלית איז „לכבוד ולתפארת")טז;

מען געפינט אָבער ניט ביי טלית אַ תנאי אַז עס מוז געמאַכט ווערן פון טייערע זאַכןיז,

ואדרבא — מנהג ישראל וואָס תורה היא — אַז אַ טלית הש"ץ איז פון צמר, ובפרט לפי המפרשים „טלית" אין דעם מחז"ל ווי אין „שנים אוחזין בטלית" ובמחז"ל בכלל — לבוש].

אויף דעם ענטפערט רש"י „הראהו קשר של תפילין": דער „רואה אותי מעוטף" מיינט (ניט נאָר מיט אַ טלית, נאָר) אויך מיט תפילין — ווי דער בן חמש ווייס, אַז אַמאָל איז אַ ש"ץ מעוטף נאָר אין אַ טלית (שבת און יו"ט), און אַמאָל מיט טלית און תפילין — און משה האָט געזען „קשר של תפילין" וואָס מקומו איז מאחוריו (של אדם)יח.

און דערפאַר מוז רש"י מדגיש זיין „הראהו קשר של תפילין" — וואָרום וויבאַלד דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו משה'ן „מעוטף" — איז דאָך דער קשר של תפילין צוגעדעקט מיט דעם טלית, היינט ווי האָט משה געזען דער „קשר"? באַוואָרנט רש"י „הראהו קשר של תפילין" — דער אויבערשטער האָט (כביכול, אָפּגעדעקט דעם טליתיט במקום זה און) באַוויזן משה'ן דעם קשר.

אין וואָס עס באַשטייט ראיית כבודו ית' דורך זען די „תפילין" של מעלה — דאַרף רש"י ניט מסביר זיין, ווייל דאָס זעט אַ בן חמש אַלייןכ: מ'זעט אַז די תפילין של ראש ליגן אויפן קאָפּ ווי אַ כתר וואָס איז מקיף את הראש, וואָס דערפאַר זיינען זיי אַן ענין פון יקר וכבוד.

און דערפאַר איז רש"י מדייק אַז „הראהו קשר של תפילין"

— און ניט די רצועות (כאָטש אַז די רצועות הענגען אַראָפּ פונעם „קשר של תפילין" און זיינען ליינגער ובמילא — אפילו מאחוריו — זעט מען זיי מער ווי דעם קשר — ווי מען זעט עס בפשטות ביי אַן אדם למטה, אַז דער קשר פון של ראש קען אַמאָל זיין פאַרדעקט מיט דער יאַרמולקע, דאַקעגן די רצועות הענגען אַראָפּ למטה) —

ווייל דאָס וואָס די תפילין של ראש זיינען ווי אַ זרכא וכתר (ובמילא אַן ענין של כבוד) איז אָפּהענגיק פון דעם קשר, וואָס ער טוט אויף אַז די (רצועות ה)תפילין זאָלן זיך האַלטן און זאָלן זיין מהודק אויפן ראש.

ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין בפנימיות הענינים:

וויבאַלד דער מילוי הבקשה פון „הראני נא את כבודך" — עכ"פ אין דעם אופן פון „וראית את אחורי" — איז235געקומען צוזאַמען, אין דער זעלבער צייט, ווען דער אויבערשטער האָט אים געלערנט דעם „סדר תפלה" פון אמירת י"ג מדות הרחמים —

איז דאָס זיכער ניט אַן ענין צדדי, אַז ביים לערנען משה'ן דעם „סדר בקשת רחמים" האָט דער אויבערשטער אים

זען כבודו ית' בבחי' „אחורי" —

נאָר דאָס איז אַן ענין עיקרי אין דעם „סדר בקשת רחמים"; כדי אַז דער לימוד „סדר בקשת רחמים" זאָל זיין בשלימות, האָט געדאַרפט זיין דערביי דער „וראית את אחורי" — „הראהו קשר של תפילין".

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם וואָס דער „סדר תפלה" איז אין אַן אופן וואָס „רואה אותי מעוטף וקורא י"ג מדות", וואָס אין דעם איז ניט מובן: דער (עיקר) ענין התפלה איז דאָך די אמירת י"ג מדות הרחמים, וואָס זיי פועל'ן דעם „וחנותי" און „ורחמתי" — וואָס איז דאָ נוגע אַז זיי זאָלן געזאָגט ווערן בעת מ'איז „מעוטף" דוקא?

ה. וי"ל איינע פון די ביאורים אין דעם:

כללות ענין החטא — וואָס צוליב דעם איז מען מתפלל און מ'איז מעורר רחמים מ'זאָל ניצל ווערן פונעם עונש אויפן חטא — נעמט זיך פון „שכחה" (ובכלל איז „שכחה" נעמט זיך פון קליפהכב, משא"כ אין קדושה, איז „אין שכחה לפני כסא כבודך"כג).

אידן זיינען דאָך „מאמינים בני מאמינים"כד. יעדער איד גלויבט באמת אַז „בראשית ברא אלקים" שמים וארץ וכל צבאיהם, און דער אויבערשטער איז „מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" — יעדער טאָג (און יעדער רגעכה) איז השי"ת מחדש פון־דאָס־ניי די גאַנצע בריאה, מאין ואפס המוחלט ממש — און ווי דער אַלטער רבי איז ממשיך אין תניאכה — „כמו לפני ששת ימי בראשית ממש".

שטעלט זיך די שאלה: ווען אַ איד דערהערט אַז אין דער רגע איז ער ערשט באַשאַפן געוואָרן מחדש פון דעם אויבערשטן, און אַז אין אַ רגע אַרום דאַרף ער ווייטער אָנקומען צום דבר ה' צו מחדש־זיין זיין מציאות מאין ליש — ווי איז דאָס מעגלעך אַז דער איד (זייענדיק אפילו, ח"ו, דער גרעסטער בעל תאוה) זאָל ניט אויספאָלגן דעם רצון פון אויבערשטן (ניט צו ממלא תאוה זיין), וואָס פון אים ב"ה הענגט אָפּ זיין גאַנצע מציאות — צוזאַמען מיט זיין תאוה — אין דער רגע ממש?

און אפילו ווען אים דוכט זיך, אַז ער האָט זייער אַ סך מניעות ועיכובים וועלכע שטערן אים אין זיין דינען דעם אויבערשטן —

ווייס ער דאָך אַלס אַ מאמין בן מאמין מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז אויך די זאַכן וואָס שטערן זיינען אָט ערשט באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן מאין ואפס המוחלט ממש „כמו לפני ששת ימי בראשית ממש" — ובכן, קען דאָך ניט געמאָלט זיין אַז זיי זיינען (באמת) היפך רצון השם! ווי קענען זיי זיין (באמת) אַ שטער צו אידישקייטכו, צו דעם וואָס דער אויבערשטער וויל,236בשעת זיי זיינען אָט ערשט באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן אַליין?

ואם כן, ווי קומט עס אַז עס זאָל זיך געפינען אַ איד וואָס פירט זיך אויף אַנדערש ווי דאָס וואָס זיין ידיעה ברורה איז אים מחייב? — איז דער ענטפער אויף דעם: ער ווייס טאַקע, אָבער בעת מעשה האָט ער אויף דעם פאַרגעסן.

בשעת דער ענין הזכירה איז ביים אידן כדבעי, ווערן בדרך ממילא בטל אַלע ענינים פון לעומת זה, און מ'איז מקיים תומ"צ בשלימות, ביז צו — „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו", און עס פאַלט אים גאָרניט איין קיין „מחשבת חוץ".

און דאָס איז דער טעם וואָס בשעת אמירת י"ג מדות דאַרף מען זיין עטוף — בטלית און (לויט ווי רש"י איז דאָ מפרש, אויך) תפילין — ווייל דער תוכן פון די צוויי מצוות איז פאַרבונדן מיט ענין הזכרון: „וראיתם אותו וזכרתם"כז, „והי' גו' ולזכרון בין עיניך"כח. און דערפאַר זיינען זיי נוגע צום תיקון ועקירתכט החטא וואָס ברענגט דעם „וחנותי" און „ורחמתי".

ו. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון „(הראהו) קשר של תפילין" — קשר דוקא — צום „סדר בקשת רחמים":

אין זהר פון היינטיקער סדרהל זאָגט ער אַז ר' חייא און ר' יוסי האָבן געמאַכט „קשרים" כדי צו ניט פאַרגעסן די דברי תורה וואָס זיי האָבן געהערט

[ואיתא באחרונים אַז דאָס איז אויך אַ מקור אין תורהלא צו דעם וואָס „אמרי אינשי"לב, אַז מאַכן אַ קניפּל איז אַן עצה ניט צו פאַרגעסן אַ זאַך וואָס מ'וויל פאַרגעדענקען].

וואָס איז די שייכות פון „קשרים" צום ענין הזכרון? קען מען דאָס מסביר זיין ע"פ המבואר באגה"תלג אין דעם פירוש מאמר חז"ללד „אדם עבר עבירה כו' מה יעשה ויחי' אם הי' רגיל לקרות דף אחד יקרא ב' דפים כו'" — אַז דאָס איז „כמשל החבל הנפסק וחוזר וקושרו שבמקום הקשר הוא כפול ומכופל". דאָס הייסט, אַז דער ענין פון „קשר" ברוחניות איז ווען מ'פאַרבינדט זיך מיט אַן ענין מיט אַ פיל פאַכיקערלה שטאַרקייט, ביז אַז דער צונויפבונד איז אין אַן אופן פון „כפול ומכופל". און דערפאַר איז דאָס אַ תיקון אויף חטאים, ווייל ווען מען פאַרבינדט זיך מיט קדושה אין אַן אופן פון „קשר" איז ניט שייך שכחה237(וואָס דאָס איז די סיבה פון חטאים כנ"ל).

און פון דעם ענין ווי ער איז ברוחניות — אַז אַ „קשר" רוחני איז מבטל די שייכות צו קליפה (מקור השכחה) — ווערט דערנאָך נשתלשל אויך אין גשמיות, אַז מאַכן אַ קניפּל גשמי העלפט צו מבטל זיין „שכחה" כפשוטה.

ז. און דאָס איז אויך די שייכות פון „(וראית את אחורילו —) הראהו קשר של תפילין" צום „סדר בקשת רחמים": בשעת דער אויבערשטער האָט געלערנט משה'ן דעם „סדר בקשת רחמים" (וואָס פּועל'ט תיקון החטא), איז „הראהו" דעם תוכן הענין פון תיקון החטא, וואָס ווערט דורך „קשר של תפילין" — אַ שטאַרקע צוגעבונדנקייט (קשר) און זכרון של תפליןלז (דקדושה כו'), ובפרט אַז אַלעס ווערט נתחדש בכל רגע פון אויבערשטן.

און דורך דעם וואָס מ'וועט באַוואָרענען זיך פון שכחה — דורך אַ זכירה כדבעי אין אַלע ענינים פון קדושה און אידישקייט — וועט מען בקרוב זוכה זיין צום קיום היעודלח „ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר":

מען וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו ענין ה"זכרון", ווייל מען וועט זעןלט מיט די אייגענע אויגן ווי די גאַנצע בריאה („כל בשר") ווערט נתהווה בכל רגע דורך „פי ה' דבר", מאין ואפס המוחלט ממש,

בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, במהרה בימינו ממש.

(משיחת מוצש"ק פ' תשא תשל"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-102ad4ae

Copies

Recent activity

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · approved
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · closed

Sources