English
ספרייה

לקוטי שיחות

קרח ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

202קרח ג

א. אין זייער מחלוקת אויף משה ואהרן זיינען קרח ועדתו באַשטראָפט געוואָרן מיט צוויי עונשים: „את כל האדם אשר לקרח" און דתן ואבירם זיינען נבלע געוואָרן „וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה"א, און די חמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת זיינען פאַרברענט געוואָרןב.

ס'איז ידוע אַז די עונשים וואָס קומען מלמעלה זיינען מעין פון דער מעשה העבירה וואָס דער מענטש טוט ובלשון חז"לג: במדה שאדם מודד בה מודדים לו. — און דאָס איז לכולא עלמא, אפילו לויט דער דיעהד אַז שכר ועונש זיינען ניט ווי אַ מסובב פון די מצות ועבירות, נאָר ווי אַ סגולה'דיקער ענין; ועל אחת כמה לויט דער דיעהד אַז שכר ועונש זיינען ווי אַ טבעיות'דיקער מסובב פון מעשה האדםה.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַ שייכות והתדמות איז דאָ אין די עונשים פון שריפה און בליעה צו זייער חטא ופגם — זייער מחלוקת אויף משה ואהרןו?

ב. בנוגע צום עונש הבליעה („וירדו גו' חיים שאולה") וואָלט מען געקענט מסביר זיין בפשטותז, אַז תמורת זה וואָס קרח ועדתו האָבן געקריגט אויף די מינויים פון משה אַז עשה משה את כל המעשים מלבוח, און זיינען געווען אויסן דורך דער מחלוקת צו ווערן דערהויבן צו כהונה, התנשאות כו' — זיינען זיי דערנידעריגט געוואָרן ביז „ירדו גו' חיים שאולה" — אַן עונש פון תכלית הירידה.

ועד"ז אין דעם עונש השריפה:

פון פּשטות הכתובים איז משמעט, אַז דער עונש השריפה איז געקומען צוליב דער פעולה פון הקרבת הקטורת, וואָס איז פאַרבונדן מיט אש; און וויבאַלד אַז דאָס איז געווען אַן אש זרהי (זיי זיינען דאָך ניט געווען קיין כהנים), דערפאַר איז „ואש יצאה מאת ה' ותאכל גו'".

אָבער עס איז ניט אינגאַנצן פאַרשטאַנדיק: די קטורת האָט דאָך משה זיי געהייסן מקריב זיין — הן אמת אַז דאָס האָט געדאַרפט אַרויסברענגען דעם בירור פון „האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש"יא, „וכולכם אובדים"יב — איז דאָך אָבער אין דעם לכאורה ניטאָ קיין שייכות צו זייער עיקר החטא, זייער203מחלוקת; און ווי עס ווערט מודגש אין דעם פסוק גופא (לאחרי שריפתם) „החטאים האלה בנפשותם"יג, וואָס דאָס מיינט „שנעשו פושעים בנפשותם שנחלקו על הקב"ה"יד.

און נאָכמער: דער אויבערשטער האָט געהייסן אַז מען זאָל פון זייערע מחתות מאַכן „רקעי פחים צפוי למזבח", בכדי זיי זאָלן זיין „לאות לזכרון שיאמרו אלו היו מאותן שנחלקו על הכהונה"טו — איז אויב מען זאָל זאָגן אַז זיי זיינען נשרף געוואָרן צוליב'ן אש פון הקרבת הקטורת, פעלט דאָך דער עיקר אינעם „אות" אַז דער עונש איז דערפאַר וואָס „נחלקו כו'"טז.

מוז מען זאָגן, אַז דער עונש פון „נשרפו" גופא האָט אַ שייכות צום „זכרון שיאמרו אלו היו מאותן שנחלקו על הכהונה", דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט די שייכות.

עד"ז פאָדערט זיך ביאור בנוגע דעם עונש הבליעה: לפי הנ"ל איז דער עיקר הדגשה אין פרט פון „וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה" (אין עונש הירידה לעומת זייער חטא ההתנשאות), אָבער פון המשך הכתובים און מדרשי חז"ל איז משמע, אַז עיקר העונש איז באַשטאַנען אין דעם פרט פון בליעהיז, ווי דער לשון רז"ל „בלועים".

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס דער מדרשיח זאָגט, אַז „קרח לקה יותר מכולם שנשרף ונבלעיט ולמה נעשה בו שני דינין שאילו נשרף ולא נבלע הרי הבלועים מתרעמין ואומרים שלא הביא עלינו את כל הפורעניות הזה אלא קרח והרי הן נבלעין וקרח ניצול. ואילו נבלע ולא נשרף היו השרופים מתרעמין ואומרין שלא הביא עלינו את הפורעניות הזה אלא קרח והרי הן נשרפין והוא ניצול לפיכך נדון בשני מיתות".

ולכאורה אפילו אויב ער וואָלט געווען „נדון" נאָר מיט איין מיתה — אָננעמענדיק אפילו אַז די וואָס זיינען נענש געוואָרן מיט דער אַנדער מיתה וואָלטן געהאַלטן, אַז דאָס איז ניט גענוג ווייל זייער עונש איז מער חמור — וואָלט דאָך אויך קיין אָרט ניט געווען אויף דער טענה „והוא ניצול", וויבאַלד אַז ער ווערט באַשטראָפט מיט אַן (אַנדער) עונש מיתה.

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין וואָס איז באַשטאַנען די נקודה פון מחלוקת קרח: קרח'ס טענה איז געוועןכ: „כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו על קהל ה'",

ד. ה. ער האָט געוואָלט אַז עס זאָלן ניט זיין קיינע אונטערשיידן צווישן אידן, און אַוודאי ניט קיין התנשאות פון איין איד אויף אַנדערע אידן. וואָס דאָס מיינט (לפי דעתו) אַז ביי אידן זאָל זיין אחדותכא.

זאָגט אָבער תורה, אַז די טענה און הנהגה פון קרח איז גאָר דער היפך פון אחדות — מחלוקת, און ווי דער תרגום204טייטשט אָפּ „ויקח קרח" — „ואתפלג": ביז אַז עס ווערט כללות ענין המחלוקת — „כל המחזיק במחלוקת עובר בלאוכב שנאמר*22 ולא יהי' כקרח וכעדתו"כג.

ולכאורה: ווי קומט עס אַז זיין מאָנען דעם ענין פון אחדות צווישן אידן, זאָל ווערן — מחלוקת; און אַ מחלוקת אין אַזאַ אופן גרוע, ביז אַז יעדער מחלוקת וואָס קען זיין ביי אידן איז פאַרבונדן מיט מחלוקת קרחכד?

ה. דער ביאור אין דעם איז מרומז אין דעם ענטפער פון משה רבינו „בקר וידע ה'"כה, ווי דאָס ווערט אָפּגעטייטשט אין מדרשכו (און רש"י בריינגט עס אַראָפּ בפירושו עה"ת): „אמר להם משה גבולות חלק הקב"ה בעולמו יכולין אתם לערב יום בלילה זהו שאמר הכתובכז בתחלה ויהי ערב ויהי בקר ויבדל אלקים בין האור ובין החושך וכו', וכך הבדיל את ישראל מן העכו"ם כו' וכך הבדיל אהרן שנאמר ויבדל אהרן להקדישו בקדש הקדשיםכח אם יכולין אתם לעכבכט אותה הבדלה שהבדיל הקב"ה בין היום ובין הלילה כך תוכלו לבטל את זו".

די הסברה בזה: היות אַז „בעשרה מאמרותל נברא העולם" (ניט „במאמר אחד")*30 דעריבער איז די בריאה אין אַן אופן פון „גבולות חלק הקב"ה בעולמו", אַז עס איז דאָ אַ התחלקות מדריגות אין די נבראיםלא. יעדער נברא האָט זיין הגבלה מיט וועלכע ער טיילט זיך אויס און אונטערשיידט זיך פון אַ צווייטן נבראלב.

פּונקט ווי עס זיינען די „גבולות" אין די זמנים פון „ערב ובקר", אַז יעדער זמן האָט זיך זיין ענין ותפקידו דוקא. און ווען יעדער באַזונדער פירט אויס זיין תפקיד לויט דער הגדרה והגבלה פון זיין זמן, ווערט פון זיי ביידע אַ „יום אחד"לג;

אַזוי איז עס אויך בנוגע דער עבודה ותפקיד פון יעדער נברא. תכלית ושלימות הבריאה איז דורך דעם וואָס יעדער נברא פירט אויס זיין תפקיד צוליב וועלכן ער איז באַשאַפן געוואָרן אין זיין באַשטימטער הגדרה והגבלהלב.

ווען אַ נברא פירט ניט דורך זיין ענין ותפקיד לפי ענינו והגדרתו, נאָר טוט די205עבודה וואָס איז באַשטימט געוואָרן פאַר אַ צווייטן נברא, איז ער גורם אַ בלבול אין די סדרי בראשיתלד.

ו. כשם ווי עס זיינען דאָ די גבולות וחילוקים אין נבראים עצמם, עד"ז איז דאָס אויך אין אור הקדושה וואָס אין דער בריאה (דער ענין פון למעלה מהבריאה וואָס איז אין דער בריאה), אַז ס'איז דאָ אַ התחלקות אין די דרגות הקדושה, און אין יעדער פון די דריי בחינות עולם, שנה, נפש (עש"ן)לה:

ס'איז דאָ די התחלקות אין „עולם" — אין מקום — ולדוגמא, ווי די משנהלו* רעכנט אויס די עשר קדושות אין ארץ ישראל, זו למעלה מזו; עד"ז איז דאָס דאָ אין „שנה" — זמן: די ימות החול, יום טוב, שבת, שבת שבתון — יוהכ"פ.

און אַזוי אויך אין נפש, אין נשמות ישראל, ולדוגמא, די חלוקה כללית פון עמא תליתאי: כהנים לוים ישראלים (און אין כהנים גופא: כהן הדיוט ביז דער העכסטער דרגא פון כהן גדול), די חלוקה פון די צען סוגים ביי אידן: „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך" און „שואב מימיך"לז; ביז צו ששים רבואלח.

און כשם ווי דאָס איז אין די נבראים עצמם אַז די הנהגה הרצוי' איז „שלא ישנו את תפקידם", אַז יעדער נברא זאָל דורכפירן זיין באַשטימטן תפקידלט און ניט דעם תפקיד פון אַ צווייטן נברא, וואָס דאָס בריינגט אַ מצב פון שלום אין דער בריאה [און ווי דאָס איז אין דער הנהגה פון וועלט, כפשוטה, אַז שלום און אחדות הערשט דאַן ווען איינער איז ניט משיג גבול, ניט לוחם מיט'ן אַנדערן צו צונעמען פאַר זיך דאָס וואָס געהערט צום צווייטן וכו'].

עד"ז איז דאָס אין מדריגות הקדושה*39, אַז שלום איז דורך דעם וואָס ס'איז ניטאָ קיין השגת גבול והתנגדות פון איין מדריגה קעגן אַ צווייטער — אין עולםמ שנה ונפש, נאָר יעדערע געפינט זיך אין איר גבול און עניןמא.

206ז. אָבער דאָס איז נאָך ניט דער מצב פון אמת'ן שלום, וואָרום וויבאַלד אַז יעדער דרגא איז אָפּגעטיילט פאַר זיך (געפינט זיך אין „איר וועלט") און האָט קיין שייכות ניט מיט דער צווייטער, איז דאָס „נפרדים". עס קען אָנגערופן ווערן „שלום" בשם המושאל וויבאַלד זיי האָבן ניט מלחמה זה בזה, אָבער עס איז ניט שלום (אויך מלשון השלמה) ואחדות.

אמיתית ענין השלום איז, ווען עס איז דאָ אַ השפּעה והשלמה פון איין דרגה צו דער צווייטער. צוזאַמען דערמיט וואָס יעדע מדריגה האָט איר באַשטימטן ענין, איז דאָ די השפּעה מזו לזו, ע"ד וקרא זה אל זה ומקבלין דין מן דיןמב אדער — פון דער העכערער מדריגה אין דער נידעריקער. ווי רז"למג זאָגן וועגן בית המקדש משם אורה יוצאת לכל העולם כולו; און אַזוי די השפּעה פון שבת אין די ששת ימי החולמד, די השפּעה וואָס דער כה"ג איז ממשיך לבני ישראלמה, ברכות כהנים א. ז. וו.

[ועד"ז איז אויך לאידך: דער משכן וביהמ"ק איז מלכתחילה נבנה געוואָרן פון נדבת כאו"א מישראלמו, אַזוי איז אויך די המשכת הקדושה אין משכן וביהמ"ק פאַרבונדן מיט די קרבנותמז וואָס אידן זיינען מקדיש און ברענגען למשכן ומקדש.

און כעין זה איז אויך אין בחי' „שנה": ניט נאָר קדושת יו"ט איז פאַרבונדן מיט (און איז לפי ערך) עבודת ישראל, וויבאַלד אַז ישראל דקדשינהו לזמנימח, נאָר אויך בנוגע שבת זאָגט מען אויך דעם כלל „מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת"מט, וואָס דער פירוש הפנימי אין דעם איז, אַז די קדושת שבת באַ אַ אידן איז מערער אויב זיין טרחא און עבודה אין די זעקס וואָכעדיקע טעג איז מערערנ.

ובנפש: די גמראנא זאָגט (בנוגע אַ כהן) „וקדשתונב, לכל דבר שבקדושה לפתוח ראשון ולברך ראשון וליטול מנה יפה ראשון", וואָס י"ל (לויטן פשטות הלשון „וקדשתו" אַז מ'איז מוסיף אין די קדושה פון כהןנג דורך דעם ישראל)נד, אַז דאָס איז ניט נאָר אַן ענין פון כבוד (ומשום דרכי שלום)נה, נאָר אַ הנהגה וואָס איז פאַרבונדן מיט (הוספה ב)ענין הקדושהנו — „וקדשתו"].

און דאָס אַלעס איז בשעת ס'איז דאָ די207מחיצה והבדלה צווישן די דרגות, אָבער יעדע איז משפיע אין דער צווייטער.

ח. דורכדעם קומט מען צו צו דער העכסטער מדריגה אין שלום — צום תכלית ההשלמה והשלימות פון אַלע מדרגות כאחת. ווי דער אַלטער רבינז איז מבאר וועגן כלל ישראל, אַז כולם צריכים זה לזה, און כל ישראל קומה אחת שלימה. פּונקט ווי דאָס איז, למשל, אין אברי גוף האדם, אַז יעדער אבר האָט אַ געוויסע תכונה ומעלה וואָס איז נוגע און ברענגט תועלת צו די אַנדערע אברים, אַזוי איז עס אויך אין נמשל פון בני ישראל — און אין לשון פון אַלטן רבי'ן: כמשל האדם שהוא בעל קומה בראש ורגלים שאף שרגלים הם סוף המדרגה ולמטה והראש הוא העליון ומעולה ממנו מ"מ הרי בבחינה אחת יש יתרון ומעלה להרגלים שצריך להלך בהם וגם הם מעמידי הגוף והראש וגם כשאירע כובד בראש מקיזין דם ברגלים ונרפא ומקבל חיותו ממנו ונמצא שאין שלימות להראש בלתי הרגלים כך הנה כל ישראל קומה אחת שלימה.

ועד"ז איז דאָס אויך אין בחי' „עולם", אַז די שלימות פון דער העכסטער מדריגה פון די עשר קדושות איז ווען „עשר קדושות הן", ווען עס זיינען דאָ אַלע עשר קדושותנח.

און אויך אין „שנה"*: די גאַנצקייטנט און שלימות ענין השנה, איז ווען עס זיינען אין איר דאָ אַלע ימות החול, שבתות און ימים טובים [בדוגמא ווי דאָס איז כפשוטו — בחיצוניות — וואָס שנה איז מלשון שינויס און שני*60: אַ יאָר ווערט צונויפגעשטעלט פון אַלע ארבע תקופות מיט אַלע זייערע שינוים].

ובזה יובן, אַז אין דעם ענין השלום והאחדות — ווי פון אַלע פרטים ווערט צונויפגעשטעלט איין גאַנצע מציאות — זיינען נוגע דוקא זייערע „גבולות" חילוקים והגדרות, וואָרום התאחדות אַלס מציאות אחת שלימה (סיי אין עולם סיי אין שנה סיי אין נפש) שאַפט זיך דוקא מצד זייער התחלקות אַלס באַזונדערע פרטים (ניט מצד דעם תוכן השוה בכולם); ווי מ'זעט דאָס אין גוף האדם, אַז ווען קען מען זאָגן אַז דאָס איז אַ גאַנצער שלימות'דיקער גוף, דוקא ווען ער האָט אין זיך אַלע חילוקים פון ראש גוף ורגל, ביז צו רמ"ח אברים ושס"ה גידים שוניםסא.

208ט.דער ענין פון שלום און אחדות אין די דריי בחינות הנ"ל, איז נאָר בשייכות צו דער בריאה (כולל עולמות עליונים), וואָרום וויבאַלד אַז „בעשרה מאמרות נברא העולם", וואָס דערפאַר איז כללות הבריאה צונויפגעשטעלט פון ריבוי התחלקות, כנ"ל, איז אויך דער אור הקדושה אין עולם שנה נפש (ד. ה. ווי ער ווערט נמשך אין זמן און מקום, וואָס זיינען אין גדר פון התחלקות ושינויים) אויסגעשטעלט אין דער התחלקות פון עשר*61 קדושות, עשר מדריגות כו', וועלכע שטעלן צוזאַמען איין שלימות'דיקן ענין — די קדושה פון דעם אויבערשטן אין וועלט.

אָבער ווי דער אור הקדושה איז (מצד עצמוסב, און נאָך העכער —) בשרשו, למעלה מעלה, ביז אין עצמותו ית', וואָס איז מופשט פון יעדער גדר ותואר, איז דאָרט ניט שייך דער גאַנצער גדר פון שלום והתאחדות — דער אויבערשטער ב"ה איז אחדות הפשוטהסג.

און אויך די אחדות איז פועל און זעט זיך אין דער קדושה הנ"ל פון עולם שנה ונפש: אין קה"ק — מקום ארון אינו מן המדהסד, אַז מקום גופא איז למעלה מן המקום (וואָס דאָס איז נאָר מצד העצמות כידוע). אין „שנה"סה — יוהכ"פ וואָס איז אחתסו בשנה; און אין „נפש" — ס'איז דאָ בלויז „כהן גדול אחד"סז.

און דורך דער כניסה פון כה"ג ביוהכ"פ אין קה"ק איז ער ממשיך דעם ענין השלום והשלימות — און נאָך העכער, ביז אחדות הפשוטה — אין די מדריגות פון אידן ווי זיי זיינען אין זייער פרטיות'דיקע דרגות הקדושה.

יו"ד. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס חז"לסח זאָגן „קרח שפקח הי' מה ראה לשטות זה", וואָס פון לשון „שפקח הי'" (כאָטש אַז מ'האָט וועגן זיין פקחות ביז אַהער ניט געלערנט און ניט געהערט) איז משמע, אַז פון דעם ענין גופא ווייס מען אַז „פקח הי'" און בכל זה זאָגט מען „מה ראה לשטות זה", אַז אין דער „פקחות" איז אַריינגעמישט אַן ענין פון „שטות".

די הסברה אין דעם: דער גדר הפקחות והחכמה איז, ווי רז"לסט זאָגן — „איזהו חכם הרואה את הנולד", אַז ער זעט ניט נאָר דעם אַנטפּלעקטן טייל פון אַ זאַך, נאָר אויך דעם באַהאַלטענעם פנימיות'דיקן תוכן פון דער זאַך, וואָס ווערט נתגלה ערשט שפּעטער.

ד.ה. די טענה פון קרח'ן „כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו על קהל ה'", אַז ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף התחלקות ביי אידן, איז מצד זיין חכמה ופקחות, וואָס ער האָט געזען דעם ענין השלום והאחדות ווי דאָס איז בשרשו, וואו ס'איז ניטאָ קיין חילוקים, נאָר בלויז אחדות הפשוטהע, וואָס דאָס וועט נתגלה ווערן לעת"ל אויך אין דעם שלום ואחדות אין וועלט. און ווי עס209שטייטעא וועגן דעם זמן פון לעת"ל „ולא ילמדו איש את רעהו גו' כי כולם ידעו אותי".

דאָס איז אָבער געווען אַ „שטות", וואָרום אַזאַ אחדות אמיתית ופשוטה קען זיין בלויז בשרשו (און לעת"ל), משא"כ דאָ למטה אין זמן פון „היום לעשותם"עב, איז אַזאַ הנהגהעג (ניט נאָר ניט קיין ענין פון אחדות ושלום, נאָר אדרבה) היפך השלום — מחלוקת.

יא. דער ביאור בזה: בשעת אַז מ'זאָגט „כל העדה כולם קדושים", אַז די קדושה איז ביי אַלעמען גלייך און דערפאַר קען אויך אַ ישראל (ניט קיין כהן) אַריינגיין אין בית המקדש מקריב זיין קרבנות און קטורת, איז וויבאַלד דאָס איז ניט זיין מדרי' און אופן העבודה, ווערט פון דעם — ואתפלג: דער ניצוץ (בוראעד) אלקי וואָס איז דאָ ביי יעדן אידן (וואָס מצד דעם איז ער אויך מקבל די השפעה פון קדושת כה"ג דורך דער עבודה פון כה"ג) ווערט נסתלק למעלה (וואָרום די מדרי' פרטית פון דעם אידן קען ניט פאַרנעמען די מדרי' נעלית פון קדושה), און זיין ניצוץ (נברא) פרטי איז יורד ונבלע למטה.

און עד"ז בכללות ישראל: ווען ס'איז ניטאָ דער „תתנשאו על קהל ה'", עס פעלן די מחיצות המבדילות צווישן כהנים לוים וישראלים, און צווישן כה"ג ושאר העם [וואָס דוקא מצד דער מחיצה והבדל איז דאָ (יעצט) די שלימות השלום והאחדות, אַז איין מדרי' איז משפיע צו דער צווייטער, און דורך דעם זיינען זיי אַלע משלים דעם ציור קומה פון כללות ישראל], ווערט דאַן דער פילוג והתחלקות צווישן אידן: די עלי' והסתלקות פון די עליונים שבעם, און די ירידה פון די תחתוניםעה שבעםעו.

יב. און דערמיט איז מובן ווי די עונשים פון שריפה ובליעה זיינען מדה כנגד מדה — כנגד דעם חטא פון מחלוקת, ווייל זיי ביידע (כאחד) דריקן אויס דעם פילוג ופירוד (הסתלקות וירידה):

דורך שריפה ווערט דער כליון והסתלקות פון די העכערעעה און איידעלערע טיילן פון דבר הנשרףעז; און דורך בליעה „וירדו גו' חיים שאולה", פון די נידעריקע טיילןעה, וועלכע זיינען ניט שייך צו נתעלה ונכלל ווערן למעלה (דורך שריפה).

210[דאָס איז אויך מתאים בפשטות, מיט די חילוקים אין די עונשים ונענשים כפשוטועח: מיט שריפה זיינען נענש געוואָרן די „ר"נ איש מקריבי הקטורת", וואָס זיי זיינען געוועןעט „נשיאי עדה קריאי מועד אנשי שם"פ, „ראשי סנהדראות"פא; און דער עונש פון בליעה איז געווען „סביב דתן ואבירם" (און כל האדם אשר לקרח) וואָס זיינען אויך פריער געווען אנשים פחותים, ווי דערציילט אין דער תורה לפני זה, וועגן זייערע חטאים, ביז אַז זיי ווערן אָנגערופן רשעים].

ומהאי טעמא איז אין דעם עונש פון „ירדו חיים שאולה", מודגש דער ענין הבליעה. דערמיט ווערט אויך געמיינט דער ניצוץ הקדושה וואָס איז דאָ אין די מדרי' התחתונים, וואָס דורכן ביטול פון די מחיצות ווערט ער נבלע אין שאולה, ג' קליפות הטמאות, כידועפב בנוגע די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין קליפות אַז די ניצוצי קדושה (וואָס פון זיי זיינען מקבל חיות די קליפות הטמאות)פג זיינען „בבחי' בליעה בהם".

יג. עפ"ז איז אויך מובן וואָס ער זאָגט אין מדרש אַז קרח איז נענש געוואָרן מיט ביידע עונשים, מיט שריפה און מיט בליעה. וואָרום זייענדיק דער מקור ושרש המחלוקתפד, וואָס ער האָט אַלעמען מפתה געוועןפה, דערפאַר האָט אויך זיין עונש כולל געווען באופן גלוי ביידע חלקים וקצוות פון דעם פירוד ופילוגפו.

און ווען ער וואָלט נענש געוואָרן נאָר מיט איינער פון זיי, אָדער שריפה אָדער בליעה, וואָלט געווען די טענה „והוא ניצול" הצלת חלק העליון, אָדער הצלת חלק התחתון, וואו דער עונש (הפירוד) האָט ניט אָנגערירט.

און דעריבער איז ביי קרח'ן געווען ביידע עונשים, „שנשרפה נשמתו (עליונים שבו) וגוף קיים (תחתונים שבו) ואח"כ נתגלגל עד מקום הבלועים ונבלע"פז.

יד. פון דעם איז אַ הוראה אין אַלע זמנים ובפרט בזמננו אנו:

עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס טענה'ן, אַז צוליב שלום וקירוב הלבבות דאַרף מען ניט מקפיד זיין אויף די מחיצות והבדלות, וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אין וועלט — אָנהויבנדיק פון אַראָפּוואַרפן די מחיצה והבדלה צווישן מענער און פרויען, עדות בגט וקידושין, מצרף זיין צו אַ מנין א.ז. וו.;211פּרואוון שאַפן אַן ערבוביא אין דת ואמונה צווישן אידן און להבדיל אומות העולם; אַ פרצה אין דער מחיצה המבדלת בין ישראל לעמים היל"ת, דורך דעם אַזוי גערופענעם „גיור" שלא כהלכה. וכו' וכו'.

זעט מען פון מעשה קרח אַ הוראה:

אַז ווען מען וויל ח"ו מבטל זיין גבולות וואָס „חלק הקב"ה בעולמו", איז נוסף על העיקר — אַז דאָס איז היפך תורת משה וואָס זי איז תורת השם, נחלקו על הקב"ה — בריינגט מען דערמיט ניט קיין שלום, נאָר, פאַרקערט: פירוד הלבבות,

זאַכן, וואָס בעצם זיינען זיי אָפּגעטיילט אָדער גאָר אַ היפך איינער פון צווייטן, קען צווישן זיי ניט זיין קיין חיבור, נאָר סיידן דורך אַ מחיצה וואָס איז מפסיק צווישן זיי [ע"ד דוגמא, די שייכות פון „מים" און „אש" קען זיין דוקא ווען עס איז דאָ אַ הפסק (פון דער קדירה וואו די מים געפינען זיך, וכיו"ב). אַנדערש, איז ניט נאָר ניטאָ קיין תועלת פון דעם חיבור, נאָר דער חיבור בריינגט אַ ביטול לגמרי פון דער מציאות פון צווייטן].

דוקא דורך אויפהאַלטן און פאַרשטאַרקן די מחיצות וגבולות וואָס „חלק הקב"ה בעולמו", און יעדער איינער און איינע פירט דורך זיין תפקיד צוליב וועלכן דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן, ווערט אויפגעטאָן שלום, וואָס עס דאַרף זיין צווישן די פאַרשידענע סוגים, וואָרום ס'איז אַ שלום וואָס איז געבויט אויף תורה, וואָס „כל נתיבותי' שלום"פח;

און דורכדעם איז מען זוכה צו דעם זמן וואָס „לא יהי' שם כו' מלחמה ולא קנאה ותחרות"פט, עס וועט קומען משיח וואָס איז מזרע דוד ושלמהצ (וואָס אויף שלמה שטייטצא „הוא יהי' איש מנוחה גו' ושלום ושקט אתן על ישראל בימיו") — כאָטש אַז אויך דעמאָלט וועלן אידן זיין מובדל פון אומות העולם כמש"נצב ועמדו זריםצג — „ויתקןצד את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד שנאמרצה כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד".

(משיחות ש"פ קרח תשי"ז.

מוצש"ק י"א שבט תשל"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fz8ktzcy

עותקים

פעילות אחרונה

#134 Likkutei Sichos vol 18: machine reading · אושרה

מקורות