לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים יז
224ם ? —
— ז
א. מ'הויבט אָן, געוויינלעך, מיט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט דער סדרה פון דער וואָךא; און היות מ'געפינט זיך איצט אין די טעג פון ספירה, וואָס איז אַ הכנה צו קבלת התורה, צו שבועות (וואָרום שבועות ווערט דאָך באַשטימט ניט ווי די אַנדערע יום־טובים לויט דעם טאָג אין חודש, נאָר דורך אָפּציילן נין־און־פערציג טעג, „שבעה שבועות", און דער פופציקסטער טאָג איז שבועותב, זמן מתן תורתנוג), איז עס דעריבער אויך אַ פּאַסנדע צייט צו פאַרבינדן די רייד מיט אַן ענין וואָס איז נוגע צו מתן תורה.
און דאָס האָט אַ באַזונדער חשיבות אין צוזאַמענהאַנג מיט אידישע פרויען (סיי פאַרהייראטע און סיי פאַר דער חתונה); עס ווערט דערציילט אין דער תורה, אַז ביי קבלת־התורה האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו ער זאָל ריידן מיט די אידן — זיי אויפקלערן וואָס תורה באַדייט און זיי צוגרייטן אויפצונעמען די תורה בשמחה — און דער סדר פון משה'ס ריידן מיט די אידן זאָל זיין; צום ערשטן „כה תאמר לבית יעקב"ד — צו די אידישע פרויען (ווי רש"י טייטשט אָפּג אויפן אָרט), און דערנאָך „ותגיד לבני ישראל"ד — צו די אידישע מענער.
דאָס איז אַן אייביגע אָנווייזונג פון תורה (— הוראה* צו אַלע דורות און אַלע ערטער, אַז אין צייט פון ספירה, ווען מ'ציילט די טעג און מען בענקט צום אנקום פון זמן מתן תורתנוז, איז וויכטיג צו וויסן אַז אידישע פרויען דאַרפן טאָן וואָס עס היינגט אָפּ אין זיי, אַז מת־תורה און קבלת התורה זאָל זיין ווי ס'דאַרף זיין, און דאָס איז די „הקדמה" וואָס העלפט פאַרזיכערן די קבלת התורה אויך פון די „בני ישראל").
225און וויבאַלד דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן אָט־די שליחות פון צוגרייטן סיי זיך און סיי די מענער צו קבלת התורה, איז עס דאָך אַ זיכערע זאַך, אַז ער האָט זיי פריער געגעבן די כוחות און מעגלעכקייטן אויף דורכצופירן די שליחות און צו מקיים זיין דאָס מיט שמחה ובטוב לבב — ווי עס דאַרף געטאָן ווערן יעדע זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט אידישקייט און עבודת הוי', ווי געזאָגטט „עבדו את הוי' בשמחה" — און דעמאָלט ווערט דאָס אויך דורכגעפירט מיט גרויס הצלחה און ברכה.
ב. די היינטיקע סדרה און פּרשה הויבן זיך אָן און עס רעדט זיך אין זיי וועגן „כי תבואו אל הארץ . . ושבתה הארץ וגו'", וואָס דער איינפאַכער פּשט דערפון איז, אַז אַזוי ווי די אידן האָבן זיך דעמאָלט געפונען אין מדבר, האָט זיי דער אויבערשטער, דורך משה רבינו, געזאָגט און אָנגעוויזן ווי אַזוי עס זאָל זיין זייער סדר החיים בעת זיי וועלן אַריינקומען אין אר־ישראל.
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין; ווי יעדער פרט און טייל פון תורה, איז עס דאָך אַ הוראה און אָנווייזונג אויף אַלע דורות און אַלע ערטער — אויך פאַר אונז וואָס מיר געפינען זיך אין אַמעריקע; איז אמת טאַקע, אַז „כי תבואו אל הארץ" מיינט אויך אַן אָנווייזונג פאַר אונז אויף דער צייט ווען משיח צדקנו וועט אונז אויסלייזן און ברענגען אין אר־ישראל — דאָס איז דאָך אָבער אויך אַ הוראה און אַ לערע פאַר אונזער היינטיקער צייט, פאַר די איצטיקע וואָכן — פאָדערט זיך אַ ביאור; אין וואָס באַשטייט די הוראה פון אָט־דעם אָנזאָג „כי תבואו אל הארץ" פאַר די איצטיקע טעג? וואָס קען פון אָט־דער מצוה אָפּלערנען אַ איד וואָס געפינט זיך היינט אין דער שטאָט אָדער אין אַ צווייטער, אין דער לאַנד אָדער אפילו אין אר־ישראל אָבער ער האָט ניט קיין פעלד אָדער גאָרטן*0)?
דער אַלגעמיינער אינהאַלט פון דער מצוה איז, ווי די פרשה לערנט אונז; בשעת די אידן וועלן אַריינקומען אין אר־ישראל, וואו די פּרסה־קוואַלן זיינען הויפּטזעכלעך געווען פאַרבונדן מיט ערד־אַרבעט ביי פעלדער און גערטנער, דאַרף זיין ביי אידן דער סדר אַז זעקס יאָר זאָלען זיי באַאַרבעטן די פעלדער און גערטנער; „ובשנה השביעית . . שבת לה'" — דעם זיבעטן יאָר דאַרף מען לאָזן די ערד רוען — און דאָס, אין אַן אופן פון רוען וואָס ווערט אָנגערופן שבת לה' (ווי רש"יי פאַרטייטשט עס) ; ענליך *י צום שבת'דיקן טאָג;
226כשם ווי אידן פירן זיך אויף אין דעם שבת'דיקן טאָג מיט פיל מער און באַזונדערע קדושה ווי אין די וואכן־טעג — וואָרום אידן ווערן דאָך אויך אין די וואָכן־טעג באַצייכנט אַלס „גוי קדוש"יא און פירן אַ הייליק לעבן — ווען עס קומט אָבער דער טאָג פון שבת, שבת קודש, ווען מ'גייט אַרויס פון די וואכ־טעג, דאַרף זייער קדושה זיין נאָך גרעסער, פולשטענדיקער און מער פולקאָם — בשלימות,
אָט אַזוי דאַרף עס אויך זיין „בשנה השביעית", אין זיבעטן שמיטה־יאָ, ווען מ'ווערט באַפרייט פון דער פאַרנומענקייט מיט ערד־אַרבעט — דאַרף מען די באַפרייטע צייט אַוועקגעבן אויף ענינים פון קדושה, אויף הייליק־טלעכע זאַכן פון תורה ומצוותיב — שבת לה'.
ג. דערמיט וועט ווערן פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי אָט דער אָנזאָג פון אויבערשטן און תורה צום כלל ישראל איז אַ הוראה צו יעדן אידן אַלעמאָל און אומעטום ;
דער אויבערשטער, וואָס ווערט אָנגערופן ה' אחד, האָט געגעבן די תורה, וואָס רופט זיך תורה אחת, צום אידישן פאָלק וואָס ווערט באַצייכנט ווי גוי אחד — און איינע פון די אָפּטייטשונגען פון אָט דער אחדות איזיג: הגם דער אויבערשטער האָט דאָך באַשאַפן אַזויפיל וועלטן, איז ער דאָך די אמת'ע פולשטענדיקע איין־איינציקייט — אחדות הפשוטהיד; און כאָטש די תורה אַנטהאַלט די לערע און ערקלערונג פון זעקס הונדערט און דרייצן מצוות, איז זי פונדעסטוועגן אַן אייניק־געאיינציקטע תורהיח; און הגם אידן באַשטייען פון פאַרשידענערליי סוגים פון מענטשן — ווי דער פסוק רעכנט זיי אויסי; פון „ראשיכם שבטיכם" (די אָנפירער פון פאָלק) ביז „שואב מימיך" (וואַסערטרעגער) — האָבן זיי דאָך אַלע אין זיך איין געמיינזאַמקייטיז, וואָס פאַראיינציקט זיי אַלע צוזאַמען אין אַ „גוי אחד בארץ", אין אַן אייןן־איינציקן פאָלק.
227דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז פּונקטיח ווי דער גאַנצער פאָלק שפּיגלט אָפּ יעדער אידן — אָט אַזוי געפינט דאָס גאַנצע פאָלק זיין אָפּשפּיגלונג אין יעדן אידן; ביז אַז ווען מ'גיט אַ קוק אויף אַ אידן און זיין אויפפירונג דערקענט מען אַז ער געהערט צום „גוי אחד".
אַזוי אויך אין דער אָנווייזונג צום גאַנצעם פאָלק „כי תבואו אל הארץ גו'" וואָס דאָס מיינט — אין אר־ישראל, אין „ארץ זבת חלב ודבש" — איז דערין פאַראַן אויך אַ פּנימיות'דיקער, אַ האַרציקער אָפּטייטש; די הוראה איז געווענדעט (אויך) צו יעדן איינצלנעם אידן פאַר זיך, אַז ווען ער קומט אין דעם אָרט וואָס איז זיין „ארץ" — זיין בעל־הביתישקייט; זיין אידיש הויז און הויז־געזינד מיטן גאַנצן האָב־ון־גוטס — גיט דער אויבערשטער די אָנווייזונג ווי אַזוי ס'דאַרף זיין דער סד־החיים אין הויז און אַרום הויז, אַז דאָס ערשטע דאַרף זיין; „ושבתה הארץ שבת לה'", אַז אין זיין גאַנצען הויזלעבן („ארץ") דאַרף הערשן דער שבת לה'.
ד. דאָ פרעגן מפרשי התורהיט; ווען די אידן זיינען אַריין אין א"י, האָט דאָך דער סדר על־פּי תורה געדאַרפט זיין און געווען (ווי ס'שטייט ווייטער אין פסוק): „שש שנים תזרע שדך גו' תזמור כרמך", פריער די זעקס יאָרן פון באַאַרבעטן פעלד און גאָרטן, און ערשט דערנאָך „ובשנה השביעית שבת שבתון": דאָס זיבעטע יאָר איז דאָס שבת'דיקע שמיטה־יאָר — טאָ פאַרוואָס זעען מיר אין פסוק, אַז תיכף108) נאָך „כי תבואו אל הארץ" קומט דער אָנזאָג; „ושבתה הארץ שבת לה'"כ?
פאַרענטפערט דער אַלטער רביכא און ערקלערט; הגם דער סדר איז געווען, אַז נאָך דעם קומען אין א"י האָבן די אידן זיך פאַרנומען פריער זעקס יאָר מיט פעלדאו־גאָרטן באַאַרבעטונג און ערשט דאָס זיבעטע יאָר איז געווען שבת לה', איז אָבער אָט דער געדאַנק און אינהאַלט פון שבת־יאָר, געווען דער אַריינפיר און אַ תנאי צו די אַלע זעקס אַרבעטס־יאָרן; די זעקס וואָכעדיקע אַרבעטס־יאָרן זיינען דורכגעדרונגען מיטן געדאַנק, אַז דער תכלית און ציל פון „תבואו אל הארץ" איז ניט די אַרבעט פון די וואָכעדיקע יאָרן, נאָר דאָס228צוקומען צו „ושבתה הארץ שבת לה'" — דאָס הייליקע שבת־יאָר. און דער שבת־געדאַנק און ציל ביים ערשטן אַריינטריט אין די וואָכעדיקע יאָרן (אין במילא באַגלייט עס אַלעס — במשך פון די אַלע זעקס יאָר), דאָס גיט דעם אידן דעם געהעריקן כוח, אַז אויך זייענדיק באַשעפטיקט און פאַרהאָרעוועט אין דער ערד־אַרבעט, זאָל די אַרבעט געטאָן ווערן אויף אַן ערלעכן ריינעם אופן, אויף אַ הצלחה'דיקן אופן און אויף אַ פריילעכן אופן; און דאָס האָט אויך דערפירט און דערמעגלעכט אַז דאָס זיבעטע יאָר זאָל זיין אינגאַנצן אַ הייליקשבת'דיקער יאָר און מ'ווערט געבענטשט נאָך פאַר דעם מיט איבערנאַטירלעכער גערעטעניש אויך אין גשמיות (ווי אָנגעזאָגט ווייטער אין דער פרשה, אַז הגם אין שמיטה־יאָר ווערט ניט געזייט און ניט געשניטן, איז אָבער די ג־טלעכע ברכה אין דער גערעטעניש פון זעקסטן יאָר געווען גענוג אויך פאַרן גאַנצן זיבעטן יאָר און פאַר אַן ערך העלפט פון אַכטן יאָר — ביז דעם תבואה־שניט פון אַכטן יאָרכב).
ה. און אין זעלבן זינען איז אויך די אָנווייזונג צו יעדן אידן אין זיין („ארץ") הויז און בעל־הביתישקייט — און באַזונדערס פאַר דער עקרת הבית, וואָס פון איר איז אָפּהענגיק די איינשטעלונג, דער רוח (די אַטמאָספער) פון דער גאַנצער הויז; לויטן סדר החיים פאָדערט זיך מ'זאָל אין דער אידישער הויז אַריינטאָן כוחות, ענערגיע און האָרעוואַניע, אויף זאַכן וואָס מיט די פליישיקע אויגן זעט מען ניט אין זיי קיין הייליקייט; די שטוב דאַרף זיין ריין אין פשוט'ן באַגריף; די הויז ווירטשאַפט דאַרף זיך פירן מיט אָרדענונג; די הויז־חפצים דאַרפן שטיין אויף זייער געהעריקן אָרט אא"וו זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט בעל־הביתישקייט — אַ הויז־פירונג וואָס אויבנאויפיק זעט מען דאָ ניט קיין אונטערשייד צווישן דער אידישער און דער ניט־אידישער הויז;
פאַרלאַנגט מען פון אַ אידן, יעדער אידן — אַז זיין הויז זאָל זיין אינגאַנצען אַנדערש פון דער ניט־אידישער הויז — ניט בלויז שבת און יום־טוב נאָר אויך אין די וואָכעדיגע טעג און די וואָכעדיגע זאַכן.
דורך דעם דערגרייכט מען אויך אַז דער שבת זאָל זיין שבת (און דער יום־טוב זאָל זיין יום־טוב) מיט דער פולער אידישקייט און הייליקייט — אַז די זעקס וואכן־טעג זיינען צוגרייט־טעג צו שבת, דורכגעדרונגען מיטן געדאנק פון „ושבתה הארץ שבת לה'", אַז דער ציל און תכלית פון דער הויז איז, זי זאָל ווערן צום זיבעטן טאָג אַ שבת'דיק הייליק הויז. ס'איז דאָך ניט מעגלעך אַ סדר אַז אין אַ קורצן צייט־אָפּשניט זאָל מען איבערגיין פון איין (וואָכעדיקן) קצה (עקסטרים) צום צווייטן (שבת'דיקן), דאַרף'ן דעריבער די זעקס וואכ־טעג229זיין אויסגעשטעלט אין אַן אופן פון „טרח בערב שבת"כג, אַז די אַלע וואָכעדיקע טרחות, האָרעוואַניע און דערגרייכונגען (חאָטש אויסערלעך זעען זיי אויס ניט אַנדערש ווי אין אַ ניט־אידיש הויז) זיינען ערב־שבת'דיק, זיינען דורכגענומען מיט דער הייליקייט פון זיבעטן טאָגכד. און אַז ס'קומט דער ערב־שבת פאַרנאַכט, ווערט דאָס אידישע הויז אָנגעפילט מיט באַזונדערער גייסטיקער דערהויבונג און ליכטיקייט;
און דאָס ברענגט אויך די ספּעציעלע ברכות פון אויבערשטן, אַז דער זונטיק ווערט אָן אַן ערך אַנדערש, הייליקער ווי דער זונטיק פון אַ ניט־איד, און אַזוי אַלע ווייטערדיקע טעג, און זיכער איז שוין דער ערב־שבת גאָר אויף אַן אַנדער אופן.
דאָס, ווי געזאָגט, איז אָפּהענגיק הויפּטזעכלעך אין דער עקרת הבית, אין דעם אופן ווי זי שטעלט־אויף און פירט די הויז; באַלד ביים אָנהויב פון די וואכ־טעג, מוצאי־שבת און זונטיק — די צייט פון „תבואו אל הארץ", ווען זי קומט אַריין אין איר בעל־הביתישקייט („ארץ") — דאַרף זי שוין האָבן אין געדאַנק, אַז דער צוועק און תכלית פון די זעקס טעג איז „ושבתה הארץ שבת לה'"; אַז דער אויבערשטער האָט איר אָנפאַרטרויט די הויז־פירונגכה אין אַן אופן אַז די אַלע זעקס טעג זאָלן זיין דורכגענומען מיט הכנה צו שבת און במילא אויך — מיט שבת'דיקייט.
און ביז אַז דאָס קומט אין אַ שטאַרקערן אופן, אין אַן אַנטפּלעקטן אופן — אַז אַלע זעען עס אָפן און קלאָר — ביים אָפּשלוס פון זעקסטן טאָג, פרייטיק פאַרנאַכט, ווען זי צינדט אָן די נרות שבת און די אידישע הויז (און טיש) ווערט באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט און הייליקייט פון אַ מצוה פונעם אויבערשטן — דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא.
ו. אַזוי ווי דאָס איז בנוגע צו „ארץ" אין זין פון שטח און (לאַנד?) אָרט — הויז און בעל־הביתישקייט — אַזוי איז עס אויך בשייכות צו „ארץ" אין זין פון משפחה־שטח, פון הויז־געזינט, וואָס באַשטייט פון מאַן און פרוי, פון עלטערן וועמען דער אציבערשטער בענטשט מיט קינדער און מיט דער צייט מיט קינדס־קינדער; זיי „בויען אַ לאַנד", אַ „באָדן" און „גאָרטן", וואו עס וואַקסן אידישע קינדער און קינדס־קינדער.
230קומט דאָ די תורה־אָנווייזונג; „כי תבואו אל הארץ" — ווען מ'הויבט אַן אַריינגיין אין פאַמיליע לעבן (חתונה), על כל פּנים ווען מ'הויבט אָן דערציען קינדער, ד. ה. באַלד ביים געבורט פונעם קינד (וואָס דעמאָלט הויבט זיך שוין אָן זיין דערציאונגכו), דאַרף מען שוין וויסן און שטרעבן צום ציל פון „ושבתה הארץ שבת לה'", אַז דאָס קינד זאָל זיין אַ שבת'דיק קינד, אַ קינד וואָס איז באַפרייט פון וואָכעדיקע דאגות און וואָס וואַקסט, שטייגט אין אידישקייט און קדושה — אין שבת'דיקייט. דאָס איז אויך כולל (נעמט אַריין) גוט און גליק אויך אין איינפאַכן זין — וואָרם שבת איז דאָך כל מלאכתך עשוי'כז און אינגאַנצען — פערגעניגען, וקראת לשבת עונגכח.
אויך דאָ, ביי די ערשטע שריט פון האָדעווען און דערציען קינדער, זעט זיך לכאורה ניט אָן קיין אונטערשייד צווישן דער באַשעפטיקונג מיטן אידישן קינד און, להבדיל, דעם ניט־אידישן — צי דאָס איז דאָס וואַשן אים, וויקלען אים אא"וו.
זאָגט אָן תורה; „כי תבואו אל הארץ" — באַלד ווי די מוטער (בעיקר, ווי אויך דער פאָטער) קומט אַריין אין „ארץ", אין איר „לאַנד", „בית" [וואָס אַ משפחה ווערט גערופן „בית"כט ובפרט באַ אידן — „בתי כהונה", „בתי מלוכה"ל, „בית ישראל . . בית אהרן . . בית הלוי"לא אא"וו], ווען זי הויבט אָן בויען איר הויז־געזינד דורך דערציען איר ערשטן קינד (און אַזוי די קינדער וואָס קומען נאָכדעם) דאַרפן שוין די ערשטע „געוויינלעכע" דערציאונג־פעולות מיטן קינד געטאָן ווערן אַזוי, אַז זיי זאָלן פירן צום ציל און זיין דורכגעדרונגען מיט דער כוונה פון „ושבתה הארץ שבת לה'"; אַז מ'זאָל זען אַז דער קינד איז „זרע ברך ה'", ער איז געבענטשט פון אויבערשטן וואָרום ער איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן; ער איז שבת'דיק אויך אין זיינע וואָכעדיקע טעג, פון דער ערשטער רגע וואָכעדיקייט ; און וואָס נענטער צו שבת — אַלץ מער און מער.
ז. אין די אויבנגעזאָגטע ענינים פון „ארץ" — זאָגט תורה — זיינען דאָ צוויי סוגים; „שש שנים תזרע שדך" — פעלד־באַאַרבעטונג, און „שש שנים תזמור כרמך" — באַאַרבעטונג פון גערטנער. דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן זיי; אין פעלד בכלל וואַקסט תבואה (ווייץ, קאָרן אא"וו) — ברויט, אַ שפּייז וואָס אַ מענטש קען אָן דעם ניט אויסקומען. „לחם לבב אנוש יסעד"כב231(דערפאַר ווערן אַלע שפּייזן באַצייכנט מיטן אַלגעמיינעם נאָמען „לחם"לג). אין אַ גאָרטן וואַקסן פירות, אַזוינס וואָס איז ניט אומבאַדינגט נויטיק פאַרן מענטשנס אויסקומעניש; זיי גיבן אָבער צו געשמאַק און פאַרגעניגן אינעם עסן, זיי מאַכן שענער דעם שפּיז־טיש א.ז.וו.
כשם ווי אין גשמיות'דיקן אינהאַלט פון „כי תבואו אל הארץ", וויבאַלד אידן ווערן גערופן בנים למקום — „בנים אתם לה' אלקיכם"לד — זיי זיינען ניט סתם בני־מלכיםלג, נאָר כביכול קינדער פון מלך מלכי המלכים, דאַרפן זיי דעריבער ווערן באַזאָרגט ניט בלויז מיט דאָס אומבאַדינגט נויטיקע (ברויט פון „שדך"), נאָר אויך מיט זאַכן וואָס גיבן צו געשמאַק און שיינקייט, פּשיט אין גשמיותל ווי מיר זאָגן און דאַנקען און לויבן דעם אויבערשטן; בורא נפשות רבות וחסרונן . . (און אויך) להחיות כו'317); אַזוי איז עס אויך — און אין אַ גרעסערער מאָס — בנוגע אַ אידיש הויז („ארץ") אין רוחניות, אין אידישקייט; ס'איז ניט גענוג אַ אידיש־גייסטיק לעבן וואָס איז אַן אומבאַדינגטער מינימום, וואָס אָן דעם קען אַ איד ניט אויסקומען אין לעבן פון תורה ומצות, נאָר מ'דאַרף און מ'מוז אין לעבן פון יעדער אידן אַריינגעבן לפנים משורת הדיןלח — זאַכן וואָס גיבן צו אין אידישקייט, וואָס מאַכן עס נאָך מער געשמאַקער, הייליקער. מ'דאַרף לערנען תורה מיט אַ קאָךלט, מקיים זיין אַ מצוה מיט לעבעדיקייט און שיינקייטמ, מיט הידור, ביז צו מהדרין מן המהדרין — אויפן שענסטן און בעסטן וועג.
און אַזוי אויך ביים אויבנגעזאָגטן אָפּטייטש פון „כי תבואו אל הארץ" אין פאַרבונד מיט דערציען אַ אידיש קינד; מ'זעט דאָך אין טבע פון מענטשן, אַז עלטערן באַפרידיקן זיך ניט מיט באַזאָרגן זייערע קינדער מיטן מינימום פון זייערע באַדערפענישן, אפילו ניט מיט מער ווי אַ מינימום, נאָר באַמיען זיך צו געבן זיי דעם מאַקסימום פון וואוילזיין, פון גוט און געשמאַק,
אַוודאי און אַוודאי דאַרף אַזוי זיין אין רוחנית'דיקער דערציאונג פון קינדער. מ'טאָר זיך ניט באַנוגענען מיט מחנך זיין דאָס קינד מיט מינימאַלער אידישקייט, וואָס אָן דעם קען ער ח"ו קיין איד ניט זיין; נאָר אין צוגאָב צו232„תזרע שדך", צום אומבאַדינגטן יהדות־שפּייז דאַרף און מוז אויך זיין „תזמור כרמך" — דערציען דאָס קינד ער זאָל אויסוואַקסן אין רוחניות אַן אמת'ער גדול (זה הקטן גדול יהי' — אַ אינגעלע אָדער אַ מיידעלע); וואָס גרעסער, איידעלער און הייליקער. און דאָס, ווי געזאָגט, הויבט זיך אָן באַלד ביים „תבואו אל הארץ", ביי די ערשטע שריט און פעולות פון בויען די הויז, פון עלטערנס דערציען דאָס קינד, און איבערהויפּט די מוטער. אַ אידישע מוטער, ביי איר סאַמע ערשטער באַשעפטיקונג מיטן קינד, דאַרף זי באַלד שטרעבן מיטן גאַנצן האַרץ און געדאַנק צו דערציען אַ שבת'דיק קינד און דאָס — דאַרף איר אָנפילן מיט גליק און שטאָלץ וואָס דער אויבערשטער גיט איר דעם זכות צו דערציען אַ אידיש קינד ווי ס'דאַרף צו זיין.
ח. דאָס זעלבע אויך בנוגע צו אידישע טעכטער; זיי גרייטן זיך דאָך מיט דעם אויבערשטנס הילף און ברכות צו בויען אייגענע הייזער, זיין אַן עקרת הבית פון איר אידישער הויז: בתי כהונה און בתי מלכותמא — ווי אַ קעניגלעכע הויז וואָס איז פריי פון דאגות און זאָרגן און אַ כהונה הויז אַ הייליקע הויז — דאַרף די אידישע טאָכטער זיין פול מיט בטחון אין דעם אויבערשטן, אין דעם גרויסן מלך וואָס איז משגיח אויף יעדן און יעדער מיט השגהה פּרטית אַז ער וועט ממלא זיין איר וואונש; אַז מ'פאַרלאָזט זיך אויפן אמת'ן בעל־הבית פון דער וועלט, „השלך על ה' יהבך"מב איז דעמאָלט אינגאַנצן קיין אָרט ניטאָ פאַר דאגות. אמת טאַקע, עס דאַרף זיין עשי' אין דרך הטבע, עס פאָדערט זיך דער צוגאַנג פון „יגיע כפיך"מג מיט די גשמיות'דיקע אבריםמד, וויבאַלד אָבער מ'פילט אַז דער אויבערשטער פירט אָן מיט יעדער איינצעלהייט פון לעבן, ברענגט עס צו אמת'ער מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, אַן אמת רואיק און גוט לעבן פּשוט אין גשמיות; ס'איז „אשריך בעולם הזה"מח — און מ'קען זיך דאַן אָפּגעבן מיט אמת'דיק־אידישע זאַכן און טאָן עס מיט אַ רואיק האַרץ און גוטן געזונט, בשמחה ובטוב לבב. און דאָס אַלץ ברענגט דערצו, אַז די הצלחה איז אָן אַן ערך מער און גרעסער, ווי ס'איז צו דערוואַרטען פון דער אַריינגעטאָנענער מי און האָרעוואַניע.
ט. דער אויבערשטער זאָל בענטשן און מצליח זיין יעדערער פון אייך בתוככי כללות בנות ישראל וואו נאָר זיי געפינען זיך, צו דערזען און דערפילן די הייליקע אויפגאַבע און שליחות וואָס דער אויבערשטער האָט אייך און זיי233געגעבן — ווי אויך די וואָס גרייטן זיך דערצו — זיי זאָלן אויפבויען זייער בית אין אַן אופן אַז דאָס ווערט בית ה', אַזאַ אידישע הויז וואָס זאָל זיין קענטיק אַז אויף איר זאָגט דער אויבערשטער „ושכנתי בתוכם"מח — אַ הויז וואו עס רוט ג־טלעכקייט.
און אַז באַלד אין דער ערשטער רגע „כי תבואו אל הארץ", פון אַריינטריט אין פאַמיליע־לעבן — אָדער פון גרייטן זיך דערצו — זאָל דאָס זיין מיטן געדאַנק פון „ושבתה הארץ שבת לה'", אַז ס'איז אַ שבת'דיקע הויז, און דאַן האָט מען שוין קיין דאגות ניט אויך ביים ערשטן אַריינקום אין די וואָכעדיקע טעג — וואָרום שבת איז דאָך „כל מלאכתך עשוי'"כא — עס הערשט שוין אַ שבת־שטימונג און אויך די מעשה־חול ווערן געטאָן אין אַ רואיקן הצלחה'דיקן אופן און אין אַן אופן פון צוגרייטן זיך צו דער הייליקייט פון שבת.
י. עס קומט צו נאָך אַ הוראה; פּונקט ווי דאָס אַריינפירן דעם שבת הויבט זיך אָן דערמיט וואָס אַ אידישע מוטער, און אַ אידישע טאָכטער בכלל, צינדט אָן די נרות שבת קודש און בריינגט אַריין ליכטיקייט אין הויז; אַ ליכטיקייט וואָס אפילו אַ ניט־איד זעט און דערקענט אַז שבת בריינגט אַריין אין אַ אידישער שטוב ליכט און דערהויבנקייט;
אַזוי ווערן אויך די וואכן־טעג אָנגעהייבן מיט (הבדלה וואָס איז פאַרבונדן מיט) ליכט, מיט „מאורי האש"; ס'איז די ליכט — אויף אַ וויילע, אַלס אַ התחלה און אָנווייזונגמז — וואָס טיילט אָפּ דעם שבת'דיקן טאָג פון די קומענדיקע וואכן־טעג — און די ליכטיקייט פון „המבדיל בין קודש לחול" אין דעם ערשטן מאָמענט פון די וואכ־טעג, ווייזט אָן און ווירקט אַף דער נאַכט פון מוצאי שבת און די אַלע וואכ־טעג נאָכדעם. ביי אידן לייכט דער געדאַנק, אַז די הבדלה צווישן שבת קודש און די זעקס וואָכ־טעג, איז עס אויך נאָר דערפאַר ווייל דער אויבערשטער האָט עס געגעבן אַלס מצוה ; דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט, אַז אין די וואטעג זאָל זיין דער סדר פון אַקערן און זייען די פעלדער און גערטנער (און טאָן הויז־מלאכות) — פירט ער אויס אויך דערמיט דעם אויבערשטנס רצון און שליחות.
אין דעם איז אויך אַ עיקר אונטערשייד פון אַ אידן און, להבדיל, אַ ניט־אידן; ביי אַ אידן איז; „בכל דרכיך דעהו"מח, אין אַלעם וואָס ער טוט, ביי אַרבעטן, עסן און שלאָפן א.א.וו. האָט ער אין זינען צו דינען דערמיט דעם234אויבערשטן און דערפילן זיין ציווי (ווי דער רמב"םמ ערקלערט אויספירלעך), פּונקט ווי לדוגמא, שלאָפן שבת איז אַ מצוהל, ווייל „שינה בשבת תענוג"נא און ס'איז „מצוה לענגו"לב — אָט אַזוי איז ער אויך ממלא דעם אויבערשטנס ציווי אויך דורך שלאָפן אין אַ וואָכעדיקער נאַכט; דער אויבערשטער האָט דאָך מבדיל געווען „בין קודש לחול" און דעריבער איז זיין שלאָפן איצט אין אַ וואָכעדיקן אופן, אָבער דערביי האָט ער אין זינען, אַז פּונקט ווי דער שבת'דיקער שלאָף איז אַ מצוה, אַזוי איז ער אויסן מיט זיין וואָכעדיקן שלאָף צו מקיים זיין דעם אָנזאָג פון תורה אַז אַ אידישער גוף דאַרף מען היטן אַז ער זאָל זיין אין אַ געזונטן צושטאַנד, דאַרף זיין דער געהעריקער שלאָ־רו, בכדי צו האָבן כח דורכצופירן זיין שליחות אין וועלט דורך באַלייכטן איר מיט „נר מצוה ותורה אור".
יא. אומקערן'דיק זיך צו דעם וואָס מען האָט גערעדט אין אָנהויבס (אַז מ'שטייט איצט אין די הכנה־טעג צו קבלת התורה); דער אויבערשטער זאָל בענטשן יעדערע פון אייך און אַלעמען צוזאַמען בתוככי אַלע אידישע טעכטער וואו נאָר זיי געפינען זיך — איר זאָלט זיך גרייטן צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, און דורכדעם אויך אַרויסהעלפן די מענער, די ברידער און די קינדער, צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות ; און אַז די טעג ביז זמן מתן תורתנו זאָלן אויך זיין אידישע תורה'דיקע טעג, וואָס דעמאָלט וועלן זיי זיין רואיקע טעג און הצלחה'דיקע טעג;
און דאָס זאָל צואיילן דעם אַרויסגיין פון דער גלות־וואָכעדיקייט, וואָס אין גלות האָבן דאָך אידן אַ ספּעציעלע שליחות ; צו באַלייכטן דעם גלות מיט235דער ליכטיקייט פון אידישקייט (ע"ד ווי גערעדט פריער, בנוגע צו מאַכן ליכטיק וואָכעדיקע טעג מיט דער ליכטיקייט פון שבת — אַזוי אויך, בשעת אַ איד איז מקיים אַ שליחות פון דעם אויבערשטן אין גלות, באַלייכט ער דערמיט דעם גלות) און דאָס גופא נעמט אים אַרויס פון גלות, וואָרום ער איז דעמאָלט פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און דאָס זאָל צובריינגען אַז מ'זאָל גאָר אין גיכן אַרויסגיין ממש, בפשטות, אין איינפאַכן זין פון גלות.
יב. יעדער איד וועט אין זיין טאָג־טעגלעכען לעבן צוגעבן אין „נר מצוה", אין דער ליכטיקייט פון מצות, און דאָס וועט מקדים זיין דעם „תבואו אל הארץ" אין דעם איינפאַכסטן און עיקר'דיקן זין, אַז יעדערער פון אונז, מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, וועלן בקרוב ממש קומען אין ארץ הקדושה, אין ארץ ישראל, וואָס זינט דעם „ברית בין הבתרים", זינט דער אויבערשטער האָט געמאַכט דעם ברית מיט אברהם אבינו, געהערט זי אַלעמאָל לזרעו אחריו עד עולם — אַן אייביקע נחלה צום אידישן פאָלק; „מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת"83), מיט אַלע שטחים וואָס אין צווישן;
מען זאָל דאָס זען בעיני בשר, אַז ס'וועט קומען משיח צדקנו, און וועט אַרויסנעמען יעדער אידן, און אַלע אידן צוזאַמען, און וועט זיי פירן קוממיות לארצנו הקדושה —
און מען גרייט צו דעם וועג, דערמיט וואָס מען מאַכט פון יעדער אידישער הויז אַן ארץ הקודש, אַ הייליקע הויז — און דאָס אַלעס זאָל זיין בשמחה ובטוב לבב, אין אַ פרייליכן און אַ גוטן אופן, אויך אין די לעצטע טעג פון גלות.
און זוכה זיין צו זען ומקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב ממש, און גיין אין ארץ ישראל בנערינו ובזקננו בבנינו ובבנותינו — „קהל גדול ישובו הנה"84)2 גאָר אַ גרויסער קהל וועט אָנקומען גאָר אין גיכן אין א"י, אידן פון אַלע עקן וועלט, סיי פון די מדינות וואָס געפינען זיך הינטער דעם אַזויגערופענעם „אייזערנעם פאָרהאַנג" (אָבער צווישן אַ איד מיט אידישקייט איז קיין פאָרהאַנג ניטאָ, פּונקט ווי אפילו אַ מחיצה של ברזל איז ניט קיין פאָרהאַננ (הפסק) צווישן אידן מיטן אויבערשטן88)),
סיי די וואָס געפינען זיך אין גלות אין אַנדערע לענדער, און אויך די וואָס געפינען זיך אין גלות אין ארץ הקודש80);
236און יעדערער פון די אַלע זאָל און וועט האָבן חירות, די באַפרייאונג פון אַלע דאגות אין די לעצטע טעג פון גלות, ביז צו דער אמת'ער באַפרייאונג בגאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.
עס זאָל זיין אַ הצלחה'דיקער זומער, און אַ הצלחה'דיקער תמיד, און גרייטן זיך צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, ווי גערעדט פריער, יונג אין אַלט, אינגעלעך און מיידעלעך, אין אַן אופן פון „קהל גדול", ובשמחה ובטוב לבר
(שיזזת יום א' פ' בהרבחוקותי, ט"ז אייר, ה'תשל"ה —
בהכינוס העשרים של אגודת נשי ובנות חב"ד)
. . . מאשר הנני קבלת מכתבו ר"פ מפעולות במשך השבועות האחרונים, ויהי רצון שתצליחנה הפעולות באופן דמוסיף והולך מוסיף ואור, ובודאי למותר להאריך בגודל הזכות של המשתדלים בזה, ויהי רצון שיקוים בהם שכר מצוה מצוה ומצוה גוררת מצוה, שילכו מחיל אל חיל בפעולות האמורות, עד לופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה ועד לנחלה בלי מצרים. והרי השנה הזאת שבת היא לה' וכשפועלים בה ברוחניות הענינים הנרמזים בשש שנים תזרע, כידוע שכללות עניניהם תורה ולמודה, שלימוד מביא לידי מעשה, אז מתקרבים למדריגה עוד נעלית יותר, משבת לה' — לשבת שבתון, וכסדר הפסוקים בריש פרשה בהר. עיין ג"כ לקו"ת בהר ד"ה ושבתה, ספר מאמרי אדמו"ר מוהר"ש דשנת תרכ"ז ד"ה ושבתה ובסופו — שבת שבתון זהו כמו לעתיד לבוא ליום שכולו שבת. וכמבואר בהמשך של ר"ה תרס"ו שגם בלע"ל זהו הדרגא הכי ראשונה במעלה . . .
אלו * שקבעו זמן לפרעון אין שביעית משמטת (באם הזמן באמצע השנה — ה"ז תנאי מפורש ע"מ שלא ישמיט, כשו"ע אדה"ז סל"ה), ושבלי קביעות זמן ולוה יותר משלשים יום לפני סוף שנת השמיטה — יעשה פרוזבול בז'. וצל"ע לדעת הרא"ש והטור — הלוואות אלו מאי תקנתן, כיון שלדידהו אין כותבין פרוזבול בז' . . .
237עס שטייט אין תורת כהנים*, אַז אויב איינער האָט אַ נחלה זאָל ער דאָס ניט פאַרקויפן,
וכל שכן אין ארץ ישראל.
— באמת האָט יעדער איד אַ נחלה אין א"י פון אברהם אבינו אָן. ווי מען האָט שוין אַמאָל גערעדט, וועגן ארבע מאות שקל כסף וואָס אברהם אבינו האָט געגעבן צו עפרון'ן, שטייט אין ספר פענח רזא, אַז לויט'ן חשבון זרע חומר שעורים בחמישים שקלי כסף, מאַכט אויס דער חשבון אַז פאַר ארבע מאות שקל כסף, האָט יעדער פון די שישים ריבוא אידן, אַן אמה על אמה אין ארץ ישראל.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס יעדער איד קען שרייבן אַ פּרוזבל ווייל ער האָט אַן אמה על אמה אין א"י. —
אָבער דאָ רעדט מען וועגן דעם וואָס איינער האָט אַ נחלה פּרטית אין ארץ ישראל, דאַרף ער דאָס זעהן איינהאַלטן מיט אַלע כוחות. און וויבאַלד תורה פּסקנ'ט אַזוי, איז אַ ראי' אַז מען קען דאָס אויספירן, און בשעת מען גייט מיט אַ שטאַרקייט ווערט בטל אַלע העלמות והסתרים.
און די העלמות והסתרים וואָס זיינען שוין פאַראַן, איז אַזוי ווי עס שטייט אין כתבי האריז"ל ע"פּ יתן למכהו לחי ישבע בחרפּה, אַז דערמיט וואָס יתן לחי למכהו, וואָס ער שטעלט אויס די באַק, איז ער יוצא מיט דער חרפּה אַליין, און וועט פאַרשפּאָרן די ענינים בלתי רצוים פון דעם מכהו.
אויב אין אַלע ענינים איז אַזוי, מכ"ש ווען עס רעדט זיך וועגן ארץ אשר עיני הוי' אלקיך בה, אַז די חרפּה איז גענוג, און אַז מען וועט גיין מיט אַ שטאַרקייט וועט מען אָנהאַלטן די נחלה וואָס מען האָט אין א"י.
הגם אַז מען האָט שוין גערעדט אין דעם כמה פּעמים, אַז מצד דעם וואָס א"י איז פּלטין של מלך, דאַרף מען טראַכטן צי מען האָט אַהין אַ „וויזע" פון אויבערשטן ב"ה, וואָרום זיין אין א"י איז אַ גרויסע אחריות.
אויך אין פּשטות איז דאָך אין א"י פאַראַן כמה חיובים וואָס אין חו"ל זיינען זיי ניטאָ. דערפאַר שטייט דאָך אין תשב"ץ, אַז אויב מען איז ניט זיכער באַ זיך, אַז מען וועט זיך אויסהיטן אין מצוות, זאָל מען ניט פאָרן קיין ארץ ישראל.
אָבער דאָס אַלץ איז בנוגע נייע ענינים. בשעת עס רעדט זיך וועגן ענינים וועלכע זיינען שוין דאָ, ובאופן אַז זיי זיינען ניט מנגד צו תורה ומצוות,238דאַרף מען דאָך געוויס מחזק זיין דאָס בכל מיני השתדלות, וואָס על פּי תורה.
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מייסד געווען אין א"י אַ כפר חסידי חב"ד, און דברי צדיקים קיימים לעד, ומכ"ש מעשה צדיקים. און פון דאַמאָלסט אָן האָבן חסידי חב"ד אַ כפר נחלה אין אה"ק ת"ו.
דאַרף מען ניט נתפּעל ווערן פון קליינע נסיונות און פון גרויסע נסיונות ובפרט דעם נסיון היותר אחרון*.
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס ווילן דאָס מבאר זיין מיט דעם ענין פון ובקרובי אקדש. באמת, איז דאָס קיין ביאור ניט, און ווי עס שטייט דאָרט גופא — וידום אהרן. די הבנה פון ובקרובי אקדש ווייס מען אויך ניט. איז מסביר זיין איין ענין הבלתי מובן מיט נאָך אַ ענין הבלתי מובן, איז דאָס תנחומין של הבל. וידום אהרן.
אַודאי אָסור להרהר אחרי מדותיו של הקב"ה, אָבער דאָס מיינט ניט אַז דער ענין אַליין איז מובן בשכל. לעת עתה האָב איך ניט געפונען קיין ביאור אויף דעם, אָבער געוויס איז, אַז פון דעם וועט זיין — כפלים לתושי'.
ביז אַז מען זאָל פאַרשטיין אויך מיט'ן שכל אנושי, אַז אודך הוי' כי אנפת בי, עס וועט זיין דער אודך אויף דעם כי אנפת גופא, ווייל מען וועט זעהן אויך בעיני בשר, אַז דאָס איז טוב הנראה והנגלה.
בהנוגע לפּועל; אַזוי ווי עס דאַרף זיין דער כפלים לתושי', זאָלן אויך
זיינען דאָ אין חו"ל זיך משתתף זיין בהחזקת הכפר חב"ד. און די וואָס האָבן זיך ביז איצטער אויך משתתף געווען, זאָלן זיי פון איצטער אָן משתתף זיין זיך ביתר שאת.
און די השתתפות דאַרף זיין ניט נאָר בממונו, נאָר אויך בגופו ובנשמתו. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט בנוגע די אידן וואָס געפינען זיך אין רוסלאַנד, אַז דורך דער החזקת התורה פון אידן וואָס געפינען זיך אין די פרייע מדינות, וועט זיין אַ חיזוק אויך צו די אידן וואָס געפינען זיך אין רוסלאַנד.
במילא דאַרף מען זיך משתתף זיין אויך בגופו ובנשמתו, אַז מען זאָל מוסיף זיין דאָ בלימוד התורה, ובפרט בלמוד פּנימיות התורה, ובקיום המצות בהידור, וועט דאָס זיין אַ סיוע אויך צו זיי.
וואָרום אַלע אידן זיינען דאָך אחים ממש, ווי ער איז מבאר אין תניא,239ואב אחד לכולנה, ועאכו"כ אַז מען איז פאַראיינציקט אַלע צוזאַמען דורך דעם לימוד און הנהגה פון תורת והנהגת משה שבדורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר.
מען דאַרף דאָך יעדער ענין אויסטייטשן בפרטיות;
יעדער איינער דאַרף זיך משתתף זיין בהחזקת הכפר בממונו, בגופו ובנשמתו.
בנשמתו, אַז יעדער איינער זאָל מוסיף זיין בלימוד תורת החסידות והנהגה בדרכי החסידות, וואָס דאָס וועט געבן אַ נתינת כח אויך צו זיי. און דער עיקר — עס זאָל זיין קירוב הלבבות, כאיש אחד חברים.
בגופו, מען זאָל פּועל'ן אויף נאָך איינעם אַז ער זאָל אויך כהנ"ל זיך משתתף זיין בהחזקת הכפר, און פּועל'ן על הזולת איז דאָך דאָס דורך — בגופו.
בממונו כפּשוטו, מען זאָל מחזק זיין די אַלע מוסדות הקיימים מכבר, און אויך אויף בויען נייע כפי דרישת השעה.
ביז אַז דער כפר חב"ד זאָל זיין דער אָרט אין ארץ ישראל, וואָס פון אים וועט נמשך ווערן די מעיינות פון בעל שם טוב מיט אַלע רביים ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר — חוצה.
און דורך די השתתפות דורכגעדרונגען באהבת ישראל, וועט דעמאָלסט זיין דער כפליים לתושי',
אַנשטאָט דעם וואָס גוים שלאָגן אידן, וועט נתגלה ווערן אין ארץ ישראל אויך אין גשמיות, ארץ אשר אבני' ברזל וגו', מיט די אַלע מעלות וואָס מ'רעכנט אויף א"י, ביז עס וועט זיין דער וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר, אַז מען וועט אָנזעהן במוחש בעיני בשר דעם כח הפּועל בנפעל, און מען וועט ממשיך זיין דעם בית המקדש השלישי — וואָס ער איז שוין בנוי ועומד למעלה — למטה במהרה בימינו ממש.
איינער פון די אופני השתתפות איז, אַז עס זאָלן פאָרן צען אָדער עלף באי כח קיין א"י, בעיקר זאָלן זיי זיין אין כפר חב"ד און אין דער ישיבת תומכי תמימים אין לוד, וואָס זי איז דאָך פאַרבונדן מיט'ן כפר, אויך לבקר על המקומות הקדושים, און שפּעטער קומענדיק אי"ה צוריק, מיטבריינגען מיט זיך אוירא דא"י אין חו"ל און ממשיך זיין דאָס למטה מעשרה טפחים, און אַזוי אויך דאָרטן וועט עס בריינגען אַ תוספת סיי אין דער ישיבה און סיי אין דער גאַנצער סביבה.
240דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, אַז אַ חסידישער פאַרבריינגען קען אויפטאָן דאָס וואָס מלאך מיכאל קען ניט אויפטאָן,
ובפרט — אַז דאָ איז פאַראַן כמה וכמה עשיריות מאנ"ש.
זאָל דער אויבערשטער געבן, עס זאָל דאָרטן זיין דער צוה הוי' את הברכה ואת השלום,
עס זאָל זיין והוא יכלכלך. דער אויבערשטער זאָל געבן די כלי מחזיק ברכה זה השלום און דערנאָך זאָל זיין דער צוה הוי' את הברכה אין דער כלי, וועט דאַמאָלסט זיין ווי מרגלי בפומי ומבואר מקדושי עליון, אַז נאָך אַ שריפה ווערט מען רייך, ווייל נאָך מדת הדין קומט מדת הרחמים, וואָס מדת הרחמים איז בקו האמצעי, מבריח מן הקצה אל הקצה.
דער אויבערשטער זאָל געבן אַז דאָס זאָל גיין פון עומק תחת ביז עומק רום, און עס זאָל אַלץ נתגלה ווערן בטוב הנראה והנגלה בגשמיות וברוחניות.
אַזוי ווי אַ חסידישער פאַרבריינגען איז פאַרבונדן מיט אַ מאמר חסידות, וועל איך איצטער זאָגן אַ מאמר, וואָס דאָס — (היינו אמירת ב' מאמרים בהתועדות אחת) — איז שלא כפי סדר הרגיל, וועט דאָס זיין די השתתפות לכפר חב"ד פון מיין זייט.
(כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן ניגון מכ"ק אדמו"ר הצ"צ נ"ע, ואח"כ אמר המאמר ד"ה איהו וחיוהי חד — המשך למאמר הקודם).
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק י״ב
- מזהה
- rh-fvzw3ty6