Letter 2850
ו' מנ"א, תשי"ד · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון /29;7amp&, איך וועל מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
בנוגע צום זאגען תהלים אלע טאג, דארפט איר זעהען אז אייער מאן זאל טאן אזוי צו זאגען לכל הפחות א קאפיטל תהלים א טאג, וואס דאס בריינגט ברכה אין הויז.
דאס וואס איר שרייבט אז עס זיינען פראן אזעלכע וועלכע שלאגען פאר אז אייער זון זאל שפילען אויף רייסעס, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף דאס ניט טאן וויילע דאס איז נאר א וועג אויף צו פארלירען געלט חס ושלום און השי"ת זאל עם געבען זיין פרנסה אויף א רוהיגען און כשר'ן וועג.
מיט א וואונש צו א געזונטען זומער און איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זאכען וואס איר האט געשריבען אין אייער בריף.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 9
- Id
- rh-r58ekd0c
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit