אגרות קודש
אגרת ב'סד
... אין גיכען וועלן מיר אלע פייערען דעם חג המצות זמן חירותינו, וואס א אמת'ר חירות לויטן מאמר רז"ל איז חירות מיצר הרע, וואס במילא ווערט מען פריי אויך בגשמיות, אין אנדערע ווערטער איז דאס וואס מיר בעטען בא השי"ת און האפען אז השי"ת וועט ערפילען אונזער בקשה, אז עס זאל צוגענומען ווערען דער יצר הרע פון יעדער איינעם, און זאל געבען אויך ברכה והצלחה אין אלע ענינים סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, וועט מען במילא זיין פריי פון דאגות פרנסה און געזונט, און לאריכות ימים ושנים קענען דינען השם יתברך מתוך הרחבה, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין, אז איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ז
- מזהה
- rh-nhbjkp8c
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit