אגרת תרכח
י"ט סיון, ה'שי"ת · מרת... שתחי'
דורך הרב הוו"ח אי"א נו"מ עסקן בעל מרץ וכו' מוה"ר יעקב שי' העכט האב איך ערהאלטען די ידיעה וועגן אייער אפעריישאן און, לויט זיין בקשה, האט איך געלייענט בהיכל כ"ק מו"ח אדמו"ר, מיין שווער דער ליובאוויטשער רבי, הכ"מ זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע א פדיון פאר אייער רפואה בקרוב.
געוויס פאלגט איר אויס די אנווייזונגען פון דעם דאקטער. היילען היילט דער אויבערשטער. אבער, די תורה דערציילט, אז ער וויל עס זאל זיין טיילווייז דורך א שליח - א דאקטער און די מיטלען וואס דער דאקטאר שרייבט צו. מען דארף אויך אלאמעל געדיינקען אז די הויפט רפואות זיינען די מצוות און גוטע מעשים, וואס דער אויבערשטער האט יעדען איינעם פון אונז געהייסן טאן. און זיי גיבען געזונט און כח.
בברכת רפואה אין גיכען און א גרוס אייער זון מר... שי' - איר זאלט האבן פון עם און זיין פאמיליע א פולע נחת, אידישען נחת, -
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ג
- מזהה
- rh-6db5pjp8
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit