עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 10006

ב"ה, י"ג חשון, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

אין צוגאָב צו דעם וואָס כ'האָב גערעדט מיט אייער מאַן שי' ווען ער איז דאָ געווען, וואָס ער האָט אייך זיכער איבערגעגעבן, וויל איך צושרייבן שריפטלעך, אַז בכלל קען אַ מענטש ניט באַגרייפן דעם אויבערשטנ'ס מעשים און פירונג וכו'. אָבער דאָס איז זיכער, אַז דער אויבערשטער זאָרגט פאַר יעדן איינעם און איינע בהשגחה פרטית. דער וועג צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות איז דורך שטאַרקן זיך אין דער טאָג-טעגלעכער אויפפירונג לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה, תורת חיים, איינגעשלאָסן מדת הבטחון.

השם יתברך זאָל בענטשן אייך און אייער מאַן און דערפילן אייערע האַרץ-באַגערן צום גוטן און דער עיקר צו האָבן געזונטע קינדער בגשמיות וברוחניות און צו דערציען זיי לתורה ולחופה ולמעשים טובים אין גוטן געזונד און פרנסה טובה.

בברכה לבשורות טובות.

י'ו

בכלל קען כו': ראה גם לעיל חכ"ו אגרת ט'תתד, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת י'רנב. י'תקיז.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 27
Id
rh-7hmkqd81

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit10006