אגרת ה'תקלח
כ"ה סיון, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'
בשמחה האב איך געלייענט אייער בריף פון י"ט סיון אז דער דינער פון ישיבת אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן איז אדורך מיט הצלחה סיי
בגשמיות - פינאנציעל - און סיי ברוחניות - מאראליש - און האף אז מאראליש וועט דאס העלפען ניט נאר אויך צו באקומען מערערע פריינד ווי איר דריקט זיך אויס, נאר אויך אין צו-ציהען תלמידים-ות פון וואס מער גרעסערע און ברייטערע קרייזען וואס סוף סוף איז דאך דאס דער תכלית און דער הצלחה צייכען פון יעדער מוסד חינוך, אז די מתחנכים ווערען וואס אמאל אלץ גרעסער סיי אין כמות - קוואנטיטעט - און סיי אין איכות - קוואליטעט -...
איך האף אז אויך אין פרנסה איז בא אייך בסדר, ויהי רצון אז תמיד כל הימים זאלט איר קענען אנזאגען נאר גוטעס בענינים הכללים ובעניניו הפרטים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טו
- מזהה
- rh-j1xvwe5v
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit